ימים נוראים אלמאנאך משלים פון חפץ חיים ז"ל

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


משלים פון חפץ חיים זצ"ל

פון דוד זאריצקי

חשבון הנפש

אידען-סוחרים זיינען צוריקגעאפרן פון א יריד. װי געוויינלעך זיינען צווישן זיי געווען גרויסע און קליינע. די גרויסע סוחרים האבן געמאכט גרויסע מסחרים און די קליינע – קנאפּערע ביזנעס. אבער ווי ניט האט יעדער איינער עפּעס אייגגעהאנדעלט אדער פארקויפט - און פארדינט.

אויפן וועג האט איין סוחר צום אנדערן דערציילט פון זיינע אויפטוען. געווען אבער איינער וואס איז געזעסען די גאגצע צייט א שווייגענדיגער, ביז די אנדערע האבן אים געפרעגט: נו, און וזאס האם איר אויפגעטאן?

גארניט, - האט דער איד געענטפערט, - גארניט געקויפט און גארניט פארקויפט. כ'פאר צוריק מים דעם זעלבן מיט וואס כ'בין געקומען. ניט פארדינט אפילו א פרוטה. - נאך וואס זענט איר אלזא געפארן צום יריד?

דער איד האט געקוועטשט מיט די פּלייצעס און די אנדערע האבן זיך ניט געקענט איינהאלטן פון לאכן.

- א מאדנער איד זענט איר, - האבן זיי אים געזאגאט. סוחרים ווארטן אויף א יריד לאנגע חדשים, ווייל דאס איז זייער איינציגע מעגליכקייט צו מאכן זייער פרנסה פאר א לאנגע צייט. און דו ביסס געפארן אויפן יריד, אויסגעגעבען געלט, זיך געוואלגערט אין דער פרעמד, און פארסט צוריק א ליידיגער.

דער איד האם זיי אויפגעקלערט, אז די זאך איז ניט אזוי פשוט, און אז עס זיינען געווען א ריי סיבות וואס האבן אים ניט געלאזן מאכן קיין געשעפטן.

די מיטפארענדע סוחרים האבן מער ניט געלאכט. אבער דערמיט איז דער איד נאך ניט געהאלפן געווארן. דעם שאנס צו פארדינען האט ער דורכגעלאזן און איז געבליבן אן ארימאן...

די נשמות וואס גייען אראפּ אין עולם השפל זיינען ענלעך צו די וואס פארן אויף א יריד. דא איז פאראן די מעגליכקייט צו טאן גרויסע עסקים און זיך צו דערווערבן עשירות. פאראן אזעלכע וואס נוצן עס אויס, און אנדערע שוטים וואס פארן צוריק מיט ליידיגע הענט.

און ווען די דאזיגע נשמות קומען צוריק אויפן עולם האמת, ווערן זיי אויסגעלאכט. דורכגעלאזן אזא געלעגענהייט! מעגלעך אז די קענען געפינען א תירוץ. זיי זיינען מסביר, אז די זאך איז ניט געווען אזוי פשוט, און מעגלעך אז די תירוצים לייגן זיך אויפן שכל. אבער דערמיט זיינען זיי נאך נישט געהאלפן. ווי ס'זאל נאר ניט זיין, זיינען די צוריקגעקומען דלים וריקים, עניים און אביונים...

תשובה

אן ארימאן האט געטראפן אין גאס אן עושר פון שטאט און האט זיך צו אים געווענדעט: - איך האב צו אייך א גרויסע בקשה. קענט איר מיר טאן א טובה און בארגן פינף רובל. אט האט זיך מיר געטראפן עפּעס א שטיקעל מסחר און מיט א גמילת חסד וזעם איר מיך ראטעוזען.

- גוט – האט דער עושר געענטפערט. - אבער די מינוט האב איך נישט ביי מיר אזוי פיל געלט. קום צו מיר אין הויז היינט פינף א זייגער אווענט, וועל איך דיר געבן די פינף רובל מיט גרויס כבוד.


אווענט-ציים האט זיך דער גביר באמיט צו זיין אין הויז צו דער באשטימטער שעה. אבער דער ארימאן איז נישט געקומען נעמען דאס גמילת חסד. האם זיך דער גביר געטראכט: אפשר האט מיט דעם אומגליקלעכן מענטש עפּעס געטראפן און ער האט נישט געקענט קומען.

צומארגענס איז דער גביר געגאנגען אין גאס און ווידער האט אים דער ארימאן אפּגעשטעלט און אגגעהויבן רעדן: - איר זעט, ס'טרעפט זיך מיר א מסחר צו מאכן און כ'בין זייער געקוועלט. אפשר וואלט איר מיר געוואלט העלפן און בארגן 5 רובל. איר וואלט מיר ממש דערהאלטן ביים לעבן!

האט אים דער גביר געענטפערט: - כ'האב דיר נאך נעכטן געזאגט, קום נו מיר אין הויז, און איך וועל דיר געבן. איך האב אפילו געווארט אויף דיר א שעה צייט און וו ביסט נישט געקומען. אבער וואס געוען איז געווען. ווילסט, קום היינט אין מיין הויז און איך וועל דיר געבען דאס געלט.

ווידער האט דער גביר צוגעפּאסט זיין צייט כדי צו זיין אין דער הייס אין דער באשטימטער שעה, און וער ארימאן איז ווידער נישט געקומען.

אויך אויפן דריטן טאג האט דער ארימאן ווידער אפּגעשטעלט דעם גביר אין גאס. איבעריחזר'נדיג דעם זעלבן פזמון: ער האט צו מאכן א מסחר און ער נויטיגט זיך אין א גמילת חסד.

דער גביר האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט אויף אים אנגעשריגן: - איך זע, אז וו ביסט א ליגנער. דו דארפסט איבערהויפּט נישט קיין געלט, ווייל וואלסטו טאקע געברויכט, וואלסטו דאו געקומען נעכטן און אייערנעכטן און גענומען דאס געלט וואס איך האב געהאט פאר דיר אנגעגרייט. מיר דוכט זיך אויס, אז דו ביסס א צעדרייטער: פלוידערסט סתם רייד. וואס דו מיינסט נישט מיטן הארץ.

מיר בעטן יעדן טאג: כן תחננו ותלמדנו... ; ותן בלבנו בינה, להבין ולהשכיל, לשמוע, ללמוד... ; והאר עיננו בתורתו ודבק לבנו במצותיך ... ; חננו מאתך דעה בינה והשכל... ; און ענלעכע תפילות און בקשות. זיכער איז השי"ת גרייט אונז צו בענטשן מיט חכמה, מיט פארשטאנד און שכל; ער איז גרייט אונז צו געבן א הארץ צו באגרייפן זיין הייליגע תורה. מצד הקב"ה איז אפילו קיין איין מאל נישט פאראן קיין מניעה, אבער איין זאך בעט השי"ת פון אונז: צו קומען אין זיין הויז, דאס מיינט, אין בית מדרש אריין, און באשטימן צייט צו לערנען תורה, ליידער, בעונותינו הרבים, זיינען די בקשות אין די תפילות סתם אזוי גערעדט. בעת מיר דאווענען און רעדן מיט השי"ת, פארלאנגען מיר פון אים ער זאל אונז בארגן יענע 5 רובל, אבער ווען מיר פארלאזן דעם בית המדרש, זיינען מיר ראשו ורובו פארזונקען אין די הבלי העולם הזה און פארגעסן איגגאנצן וואס מיר האבן פארלאנגט. און צומארגנס בעטן מיר ווידער און נאכדעם פארגעסן מיר ווידער.

און וואס זאגט דער נביא: קחו עמכם דברים - נעמט מיט מיט זיך די רייד וואס איר רעדט, פארגעס זיי נישט, פארטראכט זיך גוט אויף די בקשות וואס איר פארלאנגט פון אים, כביכול, - און דאן – ושובו אל ה' - וועט ממילא די תשובה זיין א גאנצע, א פולע.

צדקה

נאך אן אסיפה אין ביאליסטאק פון ועד הישיבות, זיינען זיך צוזאמענגעקומען ביים חפץ חיים וי שטאטישע גבירים און יעדער האט זיך מתחייב געווען מיט א שיינער נדבה.

געווען אבער דארט א גביר, וועלכער האט ד ו אייגגעשפארט: ער קען ניט מער געבן – האט ער גע'טענה'ט, און האט דערביי ארויסגענומען א גאנצן פּאק מיט רעסיטס פון פארשידענע ישיבות, כדי צו באווייזן אז ער האט שוין דערפילט זיין חוב פאר תורה.

דער חפץ חיים האט זיך געוואנדן צו יענעס גביר: - איר האלט, אז איר האט שוין יוצא געווען אייער חוב. אבער יוצא זיין קען מען אויף פארשידענע אופנים. מען איז יוצא ווען מען עסט טרוקן ברויט מיט רעטעך. פאראן מיליאנען מענטשן וואס האבן אפילו דאס ניט גענוג.

א משפחה פון צען קען וואוינען אין איין צימער. א סאך וואוינען אפּ אין אזא דירה זייער גאנץ לעבן און זיינען גאנץ און געזוגט. צענדליגער טויזענטער מענטשן עסן ניט קיין פלייש מער ווי איין אדעד צוויי מאל א וואך. פאראן אזעלכע וואס האבן דאס אויך נישט און אויך זיי זיינען יוצא, והא ראיהף: זיי לעבען. דאס זעלבע איז מיט קליידונג. דארף מען דען ספּעציעל טייערע קליידער? ודי פויערן פון דארף טראגן דאס זעלבע מלבוש פאר צענדליגער יארן און און אויך זיי זיינען יוצא.

פונדעסטוועגן ווילט איר ביי די אלע זאכן ניט יוצא זיין. און איר זענט גערעכט. ווייל א מענטש דארף לעבען לויט ווי השי"ת איז אים מזכה, און ער האט א רעכט נהנה צו זיין פון גאט'ס ברכה. אבער גענוי אזוי דארף א מענטש ניט וועלן יוצא זיין ווען עס קומט צו א מצוה און צו צדקה.

שטעלט אייך פאר ווי עס וועט זיין אויף יענער וועלט. מען וועט אייך פרעגן: האסטו געגבן צדקה, האסטו מהנה געווען תלמידי חכמים? באלד וועט איר ארויסנעמען אייערע צדקה-קוויטונגען און ווייזן אז איר האט יוצא געווען אייער חוב.

אוודאי וועט אייך קומען דערפאר א חלק גן-עדן, אבער גיט מער ווי א ווינקל. און ווען איר וועט זען דעם פיל גרעסערן שכר פון אנדערע, וועט איר דאך געוויס טענה'ן: היתכן? דאן וועט מען אייך ענפערן: וואס שרייט איר, ר' איד? איר האט געגבן צדקה יוצא צו זיין - און דא קריגט איר אייער חלק עולם הבא אויך יוצא צו זיין.

תוכחה

הוכח תוכיח את עמיתו וגו' (ויקרא ים, יז), און די גמרא זאגט דערויף: אפילו מאה פעמים (ב"מ לא). אודואי איז ניט לייכט זו זיין א מוכיח, צו זאגן יענעם מוסר, בעת מען זעט אז עס פועל'ט ניט און די רייד פאלן אויף טויבע אויערן. אבער א איד וואס וויל מקיים זיין די מצוה פון תוכחה דארף זיך פארקוקן אויף יענע עפּל-קרעמערין, וועלכע שטייט ביי איר זאק עפּעל, און שרייט בקולי-קולות: ביליג עפּל! ביליג עפּל!

גייט אדורך איינער און זעט ווי די קרעמערין הערט ניט אויף שרייען, טראץ דעם וואס קיינער פון די דורכגייער קוקט זיך אפילו ניט ארום.

גייט יענער צו און פרעגט: - זאגט מיר, מומעשי. איך שטיי שוין דא העכער א שעה און הער ווי דו פארהילכסט די גאס מיט דיין שרייען עפּל ביליג! עפּל ביליג! אבער דורך דעם גאנצער צייט האב איך ניט געזען אפילו איין איינציגן קונה, - וואס פאר א זין האט דאס שרייען?

לאכט די סוחר'טע און זאגט: - שוטה איינער, פון וואס בין איך דען זיך מפרנס אויב ניט פון די עפּל. יעדן אווענט ווען איך קום אהיים עפען איך מיין בייטל און צייל איבער דאס געלט וואס איך האב פארדינט דעם טאג. אמאל איז עס מער, אמאל וויינגער. אבער איך לעב דערפון שוין יארן. פון הונדערט דורכגייער מאכט זיך נאר אמאל איינער וואס הערט מיך. פאראן אבער אמאל אז פון הונדערטו זיינען עס צען וואס קומען צו מיין סטענד - ווי אמאל. אבער טאמער זאל איך אויפהערן אויסרופן, ווער וועט וויסן וועגן מיין סחורה און פונוואנען וועל איך האבן פרנסה ?

ענלעך צו יענער עפּל-סוחר'טע איז דער מוכיח, וועלכער דארף וויסן אז ער טוט א גרויסע מצוה. מעגלעך, אז ניין און נייציג פון הונדערט וועלן אים נישט הערן, און וועלן אים אפילו אויסלאכן. אויב אבער ער וועט באזוייזן מחזיר למוטב זיין אפילו איינעם – דערווארט אים א גרויסער שכר.

אבער איינער וועלכער פוילט זיך אויסצורופן זיין סחורה, - ער קען גארנישט דערווארטן.

מדרגות

אין נארמאלע צייטן, ווען אויף דער וועלם הערשט שלום, איז פאר א פשוט'ן סאלדאט שווער צו דערגרייכן א העכערן אפּיצירן-ראנג אין דער ארמיי. אין אזא צייט מוז מען דינען אין מיליטער פיל יארן און זיך באזונדערט אויסצייכענען, און אפילו דאן איז דאס זייער שווער, ווייל מערסטענסט ווערן אויף די גרויסע אמטן נאמינירט נאר עלטערע מענטשען, מיט גרויסן אריסטאקראטישן יחוס.

אבער אין קריגס-צייט, ווען די מדינה מיט די בירגער זיינען באדראט, דעמאלט קען פּאסירן, אז אפילו יונגע, פשוש'ע מענטשן זאלן דעגרייכן א העכערע ראנג דורכדעם, וואס זיי שטעלן איין זייער לעבן און פירן אויס העלדן-טאטן אין פארטיידיגונג פון לאנד. און נאכדעם ווי די געפאר איז אריבער און דער פיינט ווערט באזיגט, דעמאלט באלוינט מען די אלע, וואס א דאנק זיי איז די מדינה געראטוועט געווארן. מ'טוט זיי דערהויבן אויף וויכטיגע אמטן.

אזוי איז די זאך מיט לערנען תורה. אין די פריערדיגע צייטן, ווען וי אידישע וועלט איז געווען אנגעפראפט אץ אנגעשטאפּט מיט תורה, און תלמידי חכמים און גאונים זיינען געווען גרויס אין צאל, - די דאזיגע טעג זיינען געווען אין דער בחינה פון שלום-צייט. און פאר א געוויינלעכן מענטש איז געווען שווער זיך צו דערשלאגן צו גרויסע מדרגות. מען האט געדארפט האבן א סך לערנען, זיך מאטערן יארן. אבער אין אונזערע צייטן איז עס גאר אנדערש. איצט איז א שעת חירום. די לומדי תורה דינען זיינען ווייניגער. יעצט וועט אויך פאר פשוט'ן מענטש נישט זיין שווער ווען ער וועט באנוצן א גרעסערע אנשטרענגונג צו ווערן א גדול בתודה. זיך צו דערנענטערן צו השם יתבדך.

מיר דארף תמיד געדענקען, נישט זו פארפאסן די געלעגנהייט.

שכל

א סוחר איז אמאל געפארן אין א שמאט אריין געשעפטלעך, און נאכדעם ווי ער האט דערליידיגט זיינע ענינים, האט ער געדונגען א פורמאן וואס זאל אים אהיימפירן. פארן ארויספארן, האם דער סוחר געזאגט צום בעל-עגלה: - הערט מיך צו ר' איד. כ'האב איצט געגעסן א פעטע סעודה מיט וויין, און איך וועל זיכער אנטשלאפן ווערן אויפן וועג. דעריבער גיט אכטונג אז דאס פערד זאל ניט אראפּ פון גלייכן וועג און ניט אריינפירן דעם וואגן אין א זומפּ.

דער בעל-עגלה האט צוגעזאגט צו טאן דעם וואונטש פון דעם רייזענדן. און ווירקלעך, דער סוחר איז באלד איינגעשלאפן. דער בעל-עגלה, וואס האט זיף אויך געהאט אנגעגעסן פאר דער נסיעה, האט נאך א שטיקל צייט באקעמפט דאס דרימלעניש. אבער - אביסל שפּעטער איז דער בעל-עגלה אויך אנטשלאפן געווארן, און האט ארויסגעלאזט די לייצעס פון האנט.

איז זיך דאס פערד אזוי געגאנגען הנאה'דיג, ניט געצוימט, און זעענדיג אויף די זייטן פון וועג א קופּע גראז, האט עס א צי געטאן דעם וואגן אין א זייט און איז אראפּ פון וזעג, אים איבערגעדרייט און אריינגעשליידערט דעם פארענדיגן סוחר אין א גרוב פול מיט בלאטע. האט דער סוחר געזידעלט דעם בעל-עגלה : דו גולם איינער! איך האב דיר דאך געווארענט נישט איינצושלאפן און אז מיר וועלן האבן אן אומגליק. פארוואס האסטו מיך נישם געהארכט?

האם דער בעל־עגלה זיך פארענטפערט: - ווי אזוי קענסטו מיר פארווארפן, אז איך האב דיך באשעדיגט? איך האב דאך אין אנפאנג פעסט געהאלטן די לייצעס. זיכער קען איך גוט מיין פערד און ווייס, אז הגם א בהמה, האט עס אויך אביסל שכל, און דעריבער האב איך זיך פארלאזט אויף אים אז ער וועט גיין אין גראדן תעג. אויסער דעם, איז מיך באפאלן א שלאף. האב איך דען געקענט וויסן אז דאס פערד וועט אראפּווארפן פון זיך די צוים און וועט אראפּ פון וועג?

- ביסט באמת א גרויסער שוטה - האט דער סוחר געשריגן. לויט דיינע רייד קומט אויס, אז איך דארף גאר תובע לדין זיין דאס פערד, אמת, דו טענה'סט, אז דאס פערד דיינס האט אויך א קאפּ אויף זיך, אבער פארוואס האסטו נישט פארשטאנען, אז א פערד בלייבט תמיד א פערד און מען קען זיך אויף זיין שכל נישט פארלאזן? אט זעסטו דאך וואס געשעט מיט א מענטש, וואס פארלאזט זיך אויפן פארשטאנד פון א פערד!

ווי באוואוסט איז יעדער מענטש א וועזען פון שכלית און פון בהמיות. ווען א מענטש האלט נישט ווי געהעריג די לייצעס, דאן דראט תמיד א סכנה, אז די נפש הבהמית וועט פארגלוסטן די פעטע פּאשע וואס אין די זייטן פון וועג, און איבערדרייען דעס וואגן. אמת, די נפש הבהמית האט א מוח, אבער פארט נאר א בהמה. דעריבער דארף א מענטש תמיד זארגן, אז זיין נפש השכלית זאל פעסט האלטן די לייצעס אין אירע הענט און אכטונג געבן אויף דעם נפש הבהמית אין מענטשן נישט אפּצונויגן פון גלייכן וועג און נישט אריינפירן דעם וואגן פון מענטשלעכן לעבן אין א זומפּ. ווייל נאך דעם וועט עס נאר זיין א נארישער אויסרייד אז די בהמה האט אפּגענויגט פון תעג.