ימים נוראים אלמאנאך ובכן תן פחדך
שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים
פון הרב משה שערער
אונזער תקופה, און ספּעציעל דאס נאר וואס אוועקגייענדע יאר, צייכענט זיך אויס אלס די תקופה, אין וועלכער די גאנצע וועלט איז באהערשט פון א טויט-שרעקענדן פחד פארן מארגן. דער מארש פאראויס אין וויסענשאפטליכער טעכניק מיט איר טייוולאנישער מעגליכקייט חרוב צו מאכן די וועלט, האט געשאפען קלימאט פון נערוועזיטעט וואס דריעט אריץ אין די טיפענישען פון יעדער נשמה. מיר לעבן אין א דור וואס ציטערט פאר זיך אליין, פאר זיין אייגענער מאכט, צוליב דעם וואס אין איין העלן טאג קען ערגעץ וואו א מטורף מיט א קוועטש פון קנעפּל צוריקפירן די וועלט צו תוהו ובוהו.
פסיכאלאגן וואס פארשן דעם גייסטיגן צושטאנד פון מענטשן זאגן אונז, אז דאס איז די בהלה און פּאניק פון א דור וואט זעט דעם טויט פאר די אויגן, וואס איז שולדיג פאר דער כסדר וואקסענדער כוואליע פון פארברעכענס, הפקרות'ן און רשעות-אנשיקענישן וואס לויערן אזוי אימה'דיג אויף אונז אין די לעצטע יארן.
אין פנים פון דער שרעק פאר מחר נמות האבן מיר בכן פאר זיך די אלטע רעאקציע וואס ישעי' הנביא האט באצייכענט: והנה ששון ושמחה, אכול ושתה . . . כי מחר נמות . . .
דער פחד פארן מחר נמות, די מורא פארן מארגן, זאגן די פסיכאלאגן, שאפט אן אומבאלאנסירטן מענטש; זי שלאגט דעם בן-אדם ארויס פון גלייכגעוויכט און דערפון נעמען זיך אן א שיעור צרות פארן יחיד ווי פארן כלל. מיט אלע כוחות זוכן זיי דעריבער מיטלן ווי צו בארואיגן דעם מענטש און אויסצואווארצלן פון אים יעדע מורא. טראנקווילייזער (tranquilizer = א מעדיצן פאר נערוון, שרעק, און פּאניק) איז במשך די לעצטע יארן געווארן דאס פּאפּולערסטע ווארט אין דער אמעריקאנער שפּראך. אין די מיליאנען ווערען היינט געשלונגען טראנקווילייזער פילס (pills tranquilizer) פון א צערודערטער מענטשהייט, וועלכע איז אין וואנזיניגן געיעג נאך יעדן בארואיגונגס-מיטל. אויס מורא - אויס צרות; אויס שרעק - אויס ליידען. די וועלט זעט איר האפענונג אין באפרייען זיך פון פחד.
- * * * * * * * *
און כאראקטעריסטיש, אז גראד בעת די וועלט זוכט זיך אפּצואווארפן פון שרעק, קומט דער איד אין ראש השנה און בעט דווקא פאר פחד. אין טאג פון יום הדין, ווען דער איד בעט פאר א באנייטע צייט פון מלכות שמים, פאר א ניי פריידיג יאר פאר דער וועלט און פארן מענטשען, שטעלט ער אין שפיץ פון זיינע תפלות א הארצרייסענדע בקשה, אז די וועלט זאל ווערן פול מיט מורא, אויסגעפילט מיט אימה און באדעקט מיט יראה: ובכן תן פחדך על כל מעשיך, ואימתך על כל מה שבראת, וייראוך כל המעשי ם . . .
יהדות האט, ווייזט אויס, אן אנדער צוגאנג צו די אינערלעכע געראנגלענישן פון מענטש. בעת די וועלט שטרעקט אויס צו דעם דערשראקענעם א בארואיגונגס-פיל, האט פאר אים יהדות א פארקערטע רפואה: טאקע דעם פחד! דער פחד פארן אלמעכטיגן, וואס קען היילן אלע אנדערע פחדים. אין מאמענט ווען דער מענטש וויקעלט זיך און אין דאזיגן פחד, פארשווינדן מיטאמאל זיין אומזיכערקייט און אומבאהאלפענקייט. דאס איז א פחד וואס ניט נאר עס באלאנסירט, נאר דערהויבט די מענטשליכע נשמה און ווארצעלט אויס אלץ וואס איז מיאוס און שלעכט. אט דער ובכן תן פחדך דערפירט צו ובכן צדיקים יראו וישמחו . . . וכל הרשעה כולה כעשן תכלה . . .
דאס איז דער אידישער צוגאנג צו מורא. פארקערט, אין די צייטן ווען דער מענטש איז אין נסיון, ווען עס באהערשט אים דער יצר הרע, ווען עס וועקן זיך די נידעריגע אינסטינקטן, זאגן אונז די חז"ל, אז דער בעסטער הייל-מיטעל איז יזכיר לו יום המיתה. און די מורא פאר מחר נמות ביים איד ברענגט מיט זיך ניט קיין הפקר'דיגע ארגיעס, נאר. פארקערט, זי ברענגט מיט זיך די תשובה: דעם ושוב יום אחד לפני מיתתך. דער איד דערהערט אן אנדערן רוף.
- * * * * * * * * *
אויפן שוועל פון נייעם יאר, ווי פּאסיג איז עס מיר זאלן זיר פארטראכטן אין אט דער וואונדערלעכער תפלה פון ובכן תן פחדך, וואס טראגט מיט זיך די היילונג פאר דער וועלט, פאר דעם אידישן ציבור אין אמעריקע און פאר אונזער הייליג ארץ ישראל.
פאר דער וועלט... ווי זיכערער וואלט געווען די וועלט מיטן מארגענדיגן טאג, ווען די היינטיגע פירער פון לענדער און מלונות וואלטן געווען באהערשט פון א פחד פארן רבונו של עולם. ווי אנדערש וואלט געווען די יונייטעד ניישאנס (= פאראייניקע נאציעס, United Nations), ווען עס וואלט אין אירע זאלן געהערשט די אימה פאר זיין ליבן נאמען? ווי אנדערש וואלטן געווען די צווישענפעלקערלעכע באציאונגען ווען זייערע פירער וואלטן איבערגעוועלטיגט געווארן פון מורא שמים.
די ליידען פין אונזער צעהוידעטער וועלט זיינען א רעזולטאט פון א פאר'שיכור'טן זעלבסט-גלויבן אין כוחי ועוצם ידי, אין דער מאכט פין מענטשן און זיין מרידה אין מלכות שמים, אין דעם פארשווינדן פון דער מורא פארן עין רואה, אוזן שומעת וכל מעשיך בספר נכתבים.
אין די טעג ווען די וועלט שטייט פארן יום הדין, ועל המדינות בו יאמר, בלייבט אונז ניט עפּעס אנדערש איבער, ווי נאך הייסער ווי אלעמאל אויסצוגיסן אונזער תפלה: ובכן תן פחדך על כל מעשיך. . .
- * * * * * * * * *
און פון דער וועלט צו אונזער אידישן לעבען.
ווי אנדערש וואלט געווען דאס אידישע לעבן, מיט וויפיל מער זיכערקייט וואלטן מיר געקענט בליקן אין דער צוקונפט ווען אונזערע אידן אין אמעריקע וואלטן ניט געהאט פארלוירן אט דעם יראת ה' היא אוצרו, וואס האט אונז באגלייט אויפן לאנגען גלות־וועג? און ווי אנדערש וואלט מיט אמאל געווארן ווען אנשטאט די מורא פאר אנטיסעמיטיזם, און דער ציטער פון למה יאמרו, וואלט באהערשט דעם אידישן ציבור אין אמעריקע דער היילענדער פחד מפני כבוד ה' והדר גאונו? ווי גליקלעך וואלט געווען דאס גאנצע פאלק ישראל, ווען דער מעכטיגער און רייכער אידישער קיבת, אין דאזיגן לאנד, וואלט נאר אויף א קורצער וויילע אויפגעציטערט פאר השם יתברך, אויסגעטשוכעט זיך פון זיין עולם-הזה-שכרות און דערפילט זיין נאענטקייט צום רבון העולמים און זיינע התחייבות'ן אלס בנים אתם לה' אלקיכם. וואסער גליקלעכער מאמענט וואלט דאס געווען פאר כלל ישראל?
און ווי אנדערש וואלט אויסגעזען דער פּרצוף פון אידישקייט אין אמעריקע ווען דער ציטער פאר השי"ת, וואס דערוועקט לעצטענס אזוי פיל אידן, וואלט ניט מימברויכט געווארן פון רעליגיעזע פעלשער מכל המינים, וואס פארמאגן אליין ניט די מורא שמים.
אין די טעג פון יום הדין, ווען מיר וועלן אינזינען האבן די פילע הונדערטער טויזענטער פארבלאנדזשעטע און פארפירטע, די תנוקות שנשבו, די אלע וואס האבן פארגעסן ווער און וואט זיי זיינען - דארפן מיר מיט הייסער כוונה בעטן ביים באשעפער: ובכן תן פחדך . . . און דערביי אין זינען האבן על עמך . . .
- * * * * * * * * *
און פון כלל ישראל צו אונזער הייליג לאנד.
מער ווי אין די אלע פריערדיגע יארן וועלן מיר היינט תפלה טאן פאר דעם הייליגן לאנד. דער עם היושב בציון איז נאר אלץ אין געפאר, אין גרעסערער געפאר ווי ער איז געווען מיט אייניגע יאר צוריק. געגן דעם קליינעם ישוב אין הייליגן לאנד שטייען היינט שוין ניט בלויז מער די שכנות'דיגע ווילדע בעדואינער שבטים. געגן אים האט זיך אין משך פון לעצטן יאר אויפגעהויבן דער פורכטבארער סאוועטישער בער, וואט פאכעט מיט זיין מעכטיגן כוח געגן דעם הייפעלע אידן אין ארץ הקודש. אוודאי וועלן מיר היי-יאר, שטארקער ווי תמיד, בעטן: ובכן תן פחדך על כל מעשיך. . . ויראוך כל המעשים: זאל די שונאים פון אידישן פאלק באפאלן אן אימה און זאלן זיי ניט וואגן אנצורירן זיין הייליג לאנד.
אבער דאס וועט ניט זיין די גאנצע תפלה; זי מוז געשטארקט ווערן פון נאך א תפלה: א הייסער תפלה, אז אויך דער עם היושב בציון און זיינע פירער זאלן דערפילן אן אימה און פחד. ניט מער דער פחד פאר נאסער'ס חיילות, נאר טאקע דער הייליגער פחד פאר דעם שוכן בציון, פאר דעם וואס עיניו בה מראשית השנה ועד אחרית שנה...
מיר דארפן בעטן נאר פאר א קליין ביסעלע ובכן תן פחדך. . . און דערביי אינזינען האבן על עמך בארצך. . . און דאן וואלט פארשוואונדן יעדע מורא פאר די דראאונגען פון אונזערע פיינט. דערמיט וואלט געקאנט געעפענט ווערן דער וועג עס זאל מקוים ווערן די ווייטערע תפלה:
ובכן תן כבוד לעמך . . . שמחה לארצך וששון לעירך וצמיחת קרן לדוד עבדך ועריכת נר לבן ישי משיחך במהרה בימינו.