ימים נוראים אלמאנאך אמת

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


אמת
ר' שמואל דוד לאסקי תרנ"ב - תש"ב

פון הגאון ר, שמואל דוד לאסקי ז"ל

כי אתה אלקים אמת ודברך אמת

אמת איז דער קענצייכן פון אלעס וואס איז געטלעך און הייליג, ,חותמו של הקב"ה אמת. דער שטעמפעל פון דעם אלקות איז דער אמת. אלץ וואס איז באהויכט פון קדושה מוז האבן דעם אונטערשלאג פון אמת. די זאָמען פון וועלכע עס וואקסט זיך פונאנדער דער תורה-פרדס, דער כרם בית־ישראל, זיינען דער אמת. ואנכי נטעתיך שורק כולו זרע אמת – פון דער זריעה פון אמת-קערן שפראצט ארויס די ריינע אידישע נשמה, און די אויסשטראלונג פון דעם תורה-ליכט באקומט איר געהעריגן זאמעלפונקט.

ס'איז אוממעגלעך זיך תורה'דיג אויסצולעבן אן דעם אמת. ס'איז אוממעגלעך ארויס-צורופן תורה-וויטאליטעט אן דער טרייב-קראפט פון אמת. ס'איז אוממעגלעך אריינצודרינגען אין דער קדושה-ספערע אן דער לעגיטימער בארעכטיגונג פון ריינעם אמת-באוואוסטזיין. חסד ואמת יקדמו פניך – ווער עס וויל זיין א מקבל פני השכינה מוז פריער אדורכגיין די אמת-קאנטראל, וואס באוואכט די גרעניצן פון קדושה.

די תורה הקדושה איז די תורה פון אמת און איר געגנזאץ איז דער שקר. ווער עס האט ליב די תורה מוז דעריבער פיינט האבן דעם שקר, וואס איז דער עקסטרעמער ווידעדשפרוך פון דער תורה, און די מאס פון תורה-ליבשאפט איז אנטשפרעכענד צו דער מאס פון שקר-פיינטשאפט. וזה כלל גדול שישנא כל אדם כל דבר שקר, וכל מה שיוסיף שנאה לדרכי השקר יוסיף אהבה לתורה כדכתיב שקר שנאתי ואתעבה – תורתך אהבתי – דורך דעם וואס איך האב פיינט און פאר'מיאוס דעם שקר, האב איך ליב דיין תורה (ארחות צדיקים, סוף שער השנאה). און זייער שארף און שניידיג איז דער אורטייל פון די כתבי הקודש אויף דעם שקרידיגן מענטש: דובר שקרים לא יכון לנגד עיני, דער דובר שקרים האט נישט קיין ארט, כביכול, אין אנבליק פון דער שכינה.

ווייל אמת איז ווירקלעכקייט. אמת איז דאס וואס עקזיסטירט און איז במציאות. דאס וואס עקזיסטירט און איז במציאות ציט זיין עקזיסטענץ און חיות פון דעם קוואל פון מציאות – פון אלקות. דעריבער איז דער אמת דער אויסדרוק פון אלקות. דער היפוך איז דער שקר, ווייל שקר איז דאס וואס עקזיסטירט נישט, וואס איז נישט במציאות. און ממילא איז עס דאך נישט אנגעשלאסן אין דעם קוואל פון דער שאפונג, ווייל עס איז דאך באמת נישט באשאפן געווארן. און דאס וואס איז נישט אנגעשלאסן אין דעם מקוד המציאות און ציט נישט פון אים זיין עקזיסטענץ און חיות, איז דאך ממילא טומאה און תועבה (זע ארחות צדיקים, שער האמת). דעריבער איז דער שקר אזוי דיאמעטראל געגנגעזעצט צו דער תורה, וואס איז דער העכסטער אויסדרוק פון אלקות-ווירקלעכקייט.

ווער עס זאגט ליגן, גענארט אדער פארשטעלט זיך צביעות'דיג, איבעררייסט דערמיט אליין די פארבינדונג פון זיין נשמה מיט איר מקור, ווייל ער פארהילט זיך אין שקר, דאס הייסט אין אזוינס וואס איז נישט במציאות און ציט נישט זיין יניקה פון מקור המציאות, און דאס איז דער געגנזאץ פון דער ווירקלעכסטער ווירקלעכקייט – פון אלקות, און דערמיט שטעלט ער זיך אויסער די גרעניצן פון קדושה.

עס איז א טעות צו מיינען, אז נאר א ליגן וואס קען אן אנדערן שאדן ברענגען איז אסור ע"פ תורה, און א ליגן פון עורבא פרח איז קיין בייז נישט. ביידע מינים שקר זיינען אסור. דער אונטערשייד צווישן זיי איז נאר דער, וואס דער ערשטער איז א פארברעכן מיט א נעגאטיווער געזעלשאפטלעכער קאנסעקווענץ, און דער צווייטער איז א פארברעכן אן קאנסעקווענץ. אבער אפילו א פארברעכען אן א קאנסעקווענץ פאר דער געזעלשאפט איז א פארברעכן. שוין דאס אליין וואס מען באנוצט די מענטשלעכע פּסיכיק מיט מתת אלקים פון מענטשלעכן דבור צו א דבר שקר און מען הילט זיי איין אין דעם דאזיגן מאמענט אין א הילע פון טומאה, דאס אליין איז דאס פארברעכן, און עס אונטערליגט דעם תורה'דיגן פארבאט פון מדבר שקר תרחק.

די תורה איז דער באשייד פון דער וועלט. דאס אינהאלט-פארצייכעניש פון קאסמאס. הביט הקב"ה בתורה וברא את העולם. די תורה און דער קאסמאס זיינען ביידע התגליות, אויסדרוק-פארמען פון אלקות. דעריבער זיינען זיי ביידע געקענצייכענט מיטן חותם פון אלקות – מיטן אמת. די תורה שפּרודעלט מיט ריינעם אלקות'דיגן אמת און דער קאסמאס פארקערפערט אין זיך די סטאבילע אנטפּלעקונג פון דער שאפענדיגער ווירקלעכקייט. ביידע זיינען זיי דעריבער איין גרויסער אומטיילבארער וועלט-אמת. נישטא ביי זיי קיין שקר און אומרעכט. אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף, דער אמת שפּראצט פון דער ערד און דאס גערעכטיגקייט בליקט פון הימל. נישטא קיין שקר אין דער נאטור. די ערד איז א סימבאל פון אמת. זי גענארט קיינעם נישט. אז מען זייט אין איר איין ווייץ וועט זי נישט געבן קיין קארן. אלע אירע כוחות זיינען ווירקלעכע. דאס גערעכטיגקייט בליקט פון הימל. אלע הימל-קערפער גייען זיך נישט קיינער דעם אנדערן אין וועג אריין, פארכאפּן נישט קיינער דעם אנדערנס געביט. מעולם לא ראתה חמה פגימתה של לבנה. אמת און גערעכטיגקייט הערשן אין די ריזיגע רוימען פון קאסמאס, און דאס קלוגע מענטשלעכע אויג דארף זען דעם אמת ווי ער שפּראצט פון דער ערד און דאס גערעכטיגקייט ווי עס בליקט פון הימל.

די תורה הקדושה, וואס איז דער העכסטער און ריינסטער אמת, קען זיך אויף קיין פאל נישט צוזאמענפּארן מיט קיין שום שקר אין וואסערע פארם ער זאל נישט זיין. דארט וואו עס ווירקט וועלכער עס איז שקר, קען די תורה נישט ווירקן, ווייל דאס זיינען די עקסטרעמסטע געגנזאצן וואס קענען נאר זיין. בין ויאמר לאמת ויציב לא יפסיק, מאי טעמא דכתיב וה' אלקים אמת (ברכות יד), צווישן ד' אלקיכם און אמת טאר אונטער קיין שום אומשטענדן קיין הפסקה נישט געמאכט ווערן. קיין שום זאך קען נישט בארעכטיגן צו מאכן וועלכן עס איז צווישענשייד צווישן ה' אלקים און אמת, ווייל זיי זיינען אויף קיץ פאל נישט טיילבאר. און אומעטום וואו עס ווערט דערמאנט דער הייליגער נאמען פון ה' אלקים - מוז עס אמענגסטן פארבונדן זיין מיט אמת.

וועגן רבי שמאול דוד לאסקי עיין לאסקי שמואל דוד בן אברהם
ועיין עוד יד ושם