ימים נוראים אלמאנאך אין ליכט פון אמת

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


אין ליכט פון אמת

פון הרב ר' מרדכי גיפטער ר"מ דטלז - קליוולאנד

רבי מרדכי גיפטער, תרע"ה – תשס"א

ימים נוראים-תקופה אין אידישן לעבן שטעלט מיט זיך פאר א צייט, וועלכע איז אין איר עצם מהות באשטימט פאר דערהויבונג. די צוגרייטונגס-טעג פון חודש אלול, די הרהורי תשובה און חשבון הנפש פון די תשובה-טעג פאדערן א ווייכקייט אין מענטשלעכן הארץ, אז דאס פארשטיינערטע זאל ווערן א לב בשר.

ס'איז דעריבער נויטיג אין די טעג צו פארשטיין וואס אזוינס איז א אידיש הארץ, דוד המלך זאגט: לך אמר לבי בקשו פני - מיין הארץ טוט זאגן צו דיר – רבונו-של-עולם - זוכט מיר צו דערקענען. אייגענטלעך רעדט דאך דא דאס הארץ, ניט דער רבונו-של-עולם, האט דאך געדארפט דאס הארץ זאגן: בקשו פניו - זוכט אים - דעם רבונו-של-עולם - צו דערקענען. דאס הארץ אבער פון א איד איז בלויז אן אינסטרומענט אויף וועלכן עס שפילט אויף דער געטלעכער ניגון, וועלכער רופט און פאדערט דעם מענטשן צו די געטלעכע דערקענטעניש. נאר דאס איז א אידיש הארץ. ווי גרייפענד זאגן די חז"ל אויפן פסוק אין שיר השירים – אני ישנה ולבי ער – לבי זה הקב"ה - דאס הארץ פון כלל ישראל איז הקב"ה.

דער מענטש איז אין זיין עצם באשאף באשטימט נאר צום צוועק פון הכרת הבורא, און דעריבער איז נישט בלויז זיין נשמה ענג געקנופּט און געבונדן מיטן רבש"ע, נאר אפילו זיין גוף און גאנצער באשטאנד ווארצעלט אויר אין דעם גרויסן תכלית פאר וועלכן דער מענטש איז באשטימט. דאס מענטשלעכע הארץ - אורקוואל פון מענטשלעכן ווילן און גלוסטונג – לב חומד - איז אורשפּרינגלעך באשאפן געווארן צו דער גלוסטונג צו געטלעכע נאענטקייט. דעריבער, ווען א איד שטעלט זיך שוין אויף דעם אינערלעכן צענטראל-פונקט פון זיין ווילן, דערשפירט ער יענעם שפע פון קדושה. וועלכער פאדערט און מאנט ביי אים דערהויבונג און געבונדענקייט צום אור ה'. ווען דער איד איז זוכה צו דערהערן וואס עס טוט זיך באמת אין זיין אידיש; ווען ער דערהערט דעם קול ה' - דאן דערוואכט ער, עס ציט אין אים און עס גלוסט זיך אים – פניך ה' אבקש! אל תסתר פניך ממני וכו'.

מיר הויבן אן דערמיט שפירן וואס אזוינס איז תפלה - עבודה שבלב. ניט דאס בעטן אויף אייגענע באדערפענישן איז תפלה, נאר דאס בעטן צו געניסן פון דעם געטלעכען ליכט - אור פניו יתברך. ניט עס פעלן א מענטשן זיינע באדערפענישן, נאר גאט ברוך הוא פעלט אים. געפינט ער זיין באשעפער, האט ער שוין אלץ געפונען. די פארשידענע פאדערונגען פון מענטשן, וועלכע דריקן זיך אויס אין דינע פילע באדערפענישן - פיזישע ווי גייסטיגע - ליגט זייער אורשפּרונג אין דעם הסתר פנים פון געטלעכען ליכט, און דערפאר בעט ער: אל תסתר פניך ממני. און ווען דער איד איז עוסק אין תפלה; ווען ער האט זוכה געווען צו דערקענען זיין באשעפער דורך אבות, גבורות און קדושה, הויבט ער אן בעטן ביים רבש"ע, צו באזייטיגען פון אים אט דאס אלץ וואס דינט ווי א שטער אין זיין ג־טהייט'ס דערקענטעניש.

ער וויל א קלארן פארשטאנד, ווייל אין אומקלארקייט דערגייט ער נישט צו די ליכט. ער וויל גערייניגט ווערן פון די זינד וועלכע שטערן די דערקענטעניש. ער וויל רפואה און פרנסה כדי נישט געשטערט צו זיין אין דער הכרה. ער וויל פטור ווערן פון דעם גרויסן שטער פון גלות, וועלכער איז דער מהות פון הסתר פנים, און אזוי ווייטער און ווייטער. די דערקענטעניש אינעם געטלעכן ליכט באשאפט אין מענטשן א געפיל אין אלץ וואס שטערט אין די דערקענטעניש. זיין בעטן אויף זיינע באדערפענישן איז נישט געווענדעט צום דערפילן זיין ווילן וואס איז געבונדן צו דער נידעריגער נאטור, נאר צום דערפילן יענעם ווילן, יענעם אינערלעכן דראנג זיך צו באהעפטן מיט זיין באשעפער. דערפאר איז דער ווארצעל פון תפלה ניט אין אויסרעכענען פארשידענע באדערפענישן, נאר אין דעם רוף אליין צום בורא עולם – שמע ה' קולי אקרא.

ווען דער מענטש שטעלט זיך אויף זיין הארץ-פּונקט: ווען ער דערשפּירט אין זיך אט יענעם טיפן ווילן וואס נעמט ארום זיין גאנצן וועלט-פארנעם, דאן דערזעט ער די גרויסע מענטשלעכע טראגעדיע – כי אבי ואמי עזבוני - איינזאם און אליין איז דער מענטש אין דעם גרויסן וועלט-באשאף; והי יאספני - נאר די ליכט פון אמונה קאן הויבן, קרעפטיגן און שטארקן א מענטשן. (זע דארט די וואונדערבארע רייד פון רש"י, וואס נעמען זיך פון מדרש רבה, תזריע.)

שרעקלעך איינזאם איז דער מענטש, און נאר אין רבש"ע געפינט ער זיין טרייען אנשפּאר: רעך - זה הקב"ה. אין אט דעם מאמענט פון טיפער איבערלעבעניש פון אמונה שפּירט דער מענטש די גרויסע שפע פון חסד און געטלעכן גוטס, וואס נאר דאס אליין איז דער גרונט און באזיס פון גאנצן וועלט-זיין.

די מענטשליכע הכרה אין דעם אור ה' איז דער צענטראל-פונקט פון די ימים הנוראים, די צייט פון תשובה און חשבון הנפש, ווי חז"ל האבן אונז געלערנט: ה' אורי וישעי - אורי זה ראש השנה, וישעי זה יום הכפורים. ווען א מענטש באטראכט זיין לעבן אין ערנסטקייט און זעט ווי געפאלן ער איז אין זיינע פעלערן, שטייט פאר אים דער גרויסער פּראבלעם: ווי ווערט מען בעסער, ווי ווערט מען אנדערש?

דער וועלכער שטייט אין טונקעלקייט, זעט דאך בלויז פינסטערניש. דער מענטש מוז זיך א הויב טאן פון פינסטערן אפּגרונט צו די גרויסע ליכט פון פני ה', און דאן, נאר דאן, איז ער בכח צו באטראכטן זיין לעבנס-אינהאלט. און דאן, ווען ער דערהויבט זיך צו די ליכט, דערזעט דער מענטש אז יסודו מעפר וסופו לעפר, קליין און נישטיג איז ער. און וואס אנטהאלט אט דאס נידעריג מענטשלעך לעבן, וואס זיצענדיג אין זיין פינסטערניש דוכט זיך אים אז ער האט גרויסעס געשאפן? משול כחרס הנשבר, א צעבראכען שארבל. אבער א שארבל איז דאך נאך אויך א וועזן. שטעלט דער מענטש אן, טיפער דעם בליק פון אור פני ה', און דערקוקט ווייטער און ווייטער: ענן כלה, רוח נושבת, ביז צום ענדלעכן באטראכט פון מענטשלעך דאָאיגקייט. אלץ, אלץ איז בלויז חלום יעוף. ווען דער מענטש שטעלט זיין וועלט-זיין אין ליכט פון די געטלעכע דערקענטעניש, ווערט דאס זיין - א ניט-זיין.

מיר שטייען דא פאר א מערקווירדיגער דערשיינונג. די נידעריגקייט און די הויכקייט, דאס געפאלענקייט און דאס דערהויבענקייט פון מענטשען זיינען אומטיילבאר פארבונדן איינס מיטן אנדערן. ווילסטו, מענטשן-קינד, דערקענען דיין קליינקייט, דאן הויב זיך, הויב זיך צום שפּיץ גרויסקייט. ווילסטו, מענטשען-קינד, דערקענען אז דו זיצט אין פינסטערניש, דאן קלעטער צו די לויטערע הימלען פון אור פני ה' .

און אין דעם ווארצעלט, די גאנצע עבודה פון א איד אויף דער וועלט. צוויי מצוות נעמען ארום דעם גאנצן אייביגקייטס-וועזן פון א איד: די מצוה, פון אהבת ה' און די מצוה פון יראת ה'. און אזוי זאגט דער רמב"ם ז"ל: ווי איז דער וועג צו אהבת ה' און צו יראת ה', ווען א מענטש באדענקט זיך אין דעם אויבערשטענס וואונדערבארע מעשים און באשעפענישן און דערזעט פון זיי זיין חכמה וועלכע האט ניט קיין גרעניץ און קיין מאס, ווערט ער גלייך דער אוהב השם. ער לויבט אים און גרויסט אים, און מיט גרויס גלוסטונג גלוסט אים צו דערקענען דעם רבש"ע, ווי ס׳האט געזאגט דוד המלך: עס דארשט אין מיר צום לעבעדיגן גאט. און ווען ער פארטראכט זיך אין אט דעם אליין, ציט ער זיך גלייך צוריק אין שרעק, און ער דערקענט אז ער איז א נידעריגע, פינסטערע באשעפעניש, וועלכע שטייט מיט א געמינערטן און גרינגערן פארשטאנד פארן תמים דעות, ווי ס'האט געזאגט דוד המלך: ווען איך דערזע דיינע הימלען... וואס איז א מענטש, אז דו זאלסט זיך אין אים דערמאנען. (הלכות יסודי התורה).

אהבת השם איז מענטשלעכע דערהויבענקייט און שרעקליכער דורשט צו געטלעכער נאענטקייט. דאס שטיין אין זיין ליכט, די דערקענטעניש אין דער אומבאגרעניצטקייט פון דער גאטהייט; און יראת השם איז די דערקענטעניש, אט פון די זעלבע ליכט, און דער נידעריגקייט און געפאלענקייט פון מענטשן, דער אורקוואל פון אלע מענטשלעכע ליידן און אומגליקן. דער וועג פון מענטשן איז פון אהבה צו יראה און ניט להיפוך (זע אויך רמב"ן, דברים יא, יא).

פון דעם אלץ הויבט מען אן דערשפּירן די פשטות פון ראשית חכמה יראת ה'. די יראה איז דער גראדער רעזולטאט פון אהבה, וואס ווארצעלט אין דער הכרה פון דער געטלעכער חכמה. און ווער דערזעט חכמה? נאר דער חכם, ווי דוד המלך זאגט: ווי גרויס זיינען דיינע מעשים, ווי טיף דיינע געדאנקען, דער נאר קאן דאס ניט וויסן און ניט פארשטיין. הן יראת ה' היא חכמה, זאגן חז"ל אז הן מיינט אחת - איינס. איינס איז חכמה, ווען די חכמה דערפירט צו יראת השם. אלע ענינים פון חכמה אין דער וועלט זיינען פונקען פון יענעם גרויסן מקור פון חכמה פון דעם תמים דעות ברוך הוא. דער וועלכער בינדט זיך צום פונק ניט וויסענדיג זיין אורשפּרונג, איז זיין חכמה אן אויסגעליידיגטע, אן נשמה, אן אינהאלט. דער וועלכער זעט די פונקען, דער זעט פילע חכמות. איינע איז אבער די חכמה פון יראת השם, וועלכע שטעלט מיט זיך פאר די דערקענטעניש אין חכמת ה', דער אורקוואל פון אלע חכמות.

אט די ליכט, צו וועלכע א מענטש איז זוכה אין ראש השנה, איז די ליכט פון חכמה, די ליכט פון אהבה, פון גרויסן דורשט און לעכצונג צו השם יתברך. דורכן גאנצן יאר איז דאס אן אומגעהויער שווערע ארבעט, נאר השם יתברך האט חסד געטאן מיטן מענטשן און האט אים באשאנקען אין אט דער צייט פון די ימים הנוראים מיט א הימלישער שפע. ער, ברוך הוא, לאזט זיך צו דער מענטשהייט, כדי די מענטשהייט צו דערהויבן, צו רייניגן און צו לייטערן. עם איז פארן מענטשן אויסצונוצן די געגעבענע מעגליכקייט, דורך אנגעשטרענגטער ארבעט אין אט דער צייט, צו באלויכטן זיין גאנצן אינערלעכן וועזן און איר ארויסהויבן פון געפאלענקייט און פינסטערניש. און אין אט דער מאס, דורך וועלכער א מענטש איז זוכה צו די ליכט פון אהבת השם, אין אט דער מאס איז ער גלייכצייטיג זוכה צום צאפּל פון יראה, צום טיפן בליק אין מענטשלעכער קליינקייט. און אויף ווי ווייט ער דערזעט אין יענער קליינקייט, אזוי ווייט זעט ער אז אלץ וואס ווארצעלט אין דער קליינקייט איז נישטיג, אן אינהאלט, בלויז א פוסטער חלום.

פון אזא גרייפענדער הכרה קומט דער מענטש צו א טיפער חרטה אויף זיין פארגאנגענהייט, און ער דערהויבט זיך צו גרויסע אונטערנעמונגען און זיין צוקונפט, אן אונטערנעמונג וואס איז ביי אים אומצווייפעלהאפט, קלאר און באשטימט. יעדע דעדקענטעניש וואס וואקסט ארויס פון די ליכט פון געטלעכן אמת איז א קלארע און אן אומצווייפעלהאפטע. אין דעם מאמענט פון אזא קבלה שטייט דער מענטש אין אזא מצב פון דערהויבונג אז הקב"ה וועלכער זעט אליין דאס פארבארגענע, זאגט עדות, אז דער מענטש וועט זיך ניט אומקערן צו דער מענטשלעכער דומהייט. און אויב ער קערט זיך יא אום, איז דאס נאר ווייל ער האט זיך ווידער אפּגערוקט פון דער ליכט פון געטלעכען אמת צו וועלכן ער האט זיך דערהויבען, און ער איז ווידער אריין אין דעם שאטן פון הסתר פנים.

וישעי - זה יום הכפורים. ווען דער איד דערגייט גענצלעך צו דער דערקענטעניש אין ליכט פון געטלעכן אמת, מיטן שלוס פון די צען טעג, וועלכע זיינען פון אים ברוך הוא באשטימט פאר אט דער מעגליכקייט, און דורך דעם האט ער גענצלעך דערזן און דערשפּירט די מענטשלעכע נישטיגקייט, און אן צווייפל אויסגעשטעלט זיין וועג פאר דער צוקונפט, - אט אין דעם מאמענט האט שוין דער מענטש זוכה געווען צו ישועת השם. ער איז דערלייזט געווארן פון זיין געפאלענקייט, פון דער פינסטערניש פון מענטשלעכער קליינקייט. ער איז שוין דאן דער זכאי בדין, גרייט דורכצולעבן דעם אנקומענדן יום-טוב פון נשמה'דיגע פרייד, זמן שמחתנו!