ימים נוראים אלמאנאך סוכות יום ראשון לחשבון עוונות

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


ראשון לחשבון עונות
נולד: תר"ס (או תרנ"ט) (1900) – בקאמינקה Kamionka (גליציה המזרחית), נספה: אייר תש"ג (1943) – בלבוב או במחנה ינובסקה.

פון הרב ר' צבי הירשהאָרן ז"ל. רב, מנהיג, נשיא צעירי אגודת ישראל בפולין.

יעדעס יאר, לערנענדיג די הלכות פון די בעפארשטייענדע ימים-טובים, טוט אנרעגן און אנשפאנען דעם געדאנק צום נאכדענקען און פארטראכטן זיך, דאס ערשטע, יעדן בן-תורה באקאנטע, שטיקעל טורי זהב אין הלכות ראש השנה.

דער טורי זהב באהאנדעלט דארט - ווי זיין שטייגער איז אין יעדען פארווארט, אלס א מוסר'דיגן אריינפיר אין א נייער הלכתא - אויף א זייער טיפזיניגן אופן - דעם הויכען ענין וואס דער טור ברענגט פארן מדרש, אז דעם ערשטען טאג סוכות הויבט זיך אן די נייע זינד-רעכענונג - ראשון לחשבון עונות.

נאכדעם ווי דער טורי זהב פירט אדורך א וואונדערבאר גאונישע פאראלעל צווישן די פארשידענארטיגע מדרגות אין תשובה און די דרייערליי תשובה-טערמינען און איז מסביר מיט א משל די בהדרגה'דיגע סליחה-אנטוויקלונג, די שלישימ'דיגע שטייגערונג פון דער חטאים-פארגעבונג און די שטראף-פארהענגונג ראש השנה, עשרת ימי תשובה און ביז צום ענדגילטיגן גרויסן טאג פון פולשטענדיגער כפרה, ווען אלע זינד ווערען אפּגעמעקט און אנולירט דורך אמת'ער תשובה.

הויבט אן דער טורי זהב צו חקר'ענען: וואס מיינט די תורה, מיט דעם ולקחתם לכם ביום הראשון? ווען ס'באגינט די פליכט אויפן איד מקיים צו זיין דאס געטלעכע געבאט פון נעמען די ארבעה מינים שיינט דאך שוין אויף די זון פונעם פופצענטן טאג אין תשרי?

און דא קומט דער טורי זהב צו דער מערקווירדיגסטער קאנקלוזיע: די תורה מיינט, לויטן מדרש, דעם ערשטען טאג פון דער עבירות-רעכענונג. אין די טעג צווישן יום-כפור און סוכות זיינען אידען פריי פון שלעכטס און ריין פון זינד, ווייל ס'איז דאך א זעלבסטפארשטענדלעכע זאך, אז אידען טוען נישט אין די טעג קיין עבירות.

דאס איז באמת מערקווירדיג און אומפארשטענדלעך: פונוואנען נעמט זיך עס עפּעס אזא אומדערשיטערלעכער גלויבן את פעסטער פארטרויען צו דעם, צו זינדיגקייט גענויגטן מענטשן, אז אין די נאך יום כפור טעג וועט ער ניט זיגדיגן?

אמת איז, אז יום כפור טרייסעלט אויף מיט זיין פארכטיגער הייליגקייט דאס געוויסן פון יעדן איד און פרישט אויף זיין גייסט. אבער פארוואס עפּעס די גאראנטיע? וואו איז עס פאראן א גאראנטיע פאר א שוואכן מענטשן, א בעל-בחירה, אז ער וועט אין זיין קאמף-פארמעסט מיטן יצר-הרע זיכער ארויס אלס זיגער?

אויב אין די תשובה טעג, צווישן ראש השנה און יום כפור, וועלכע מאכען אויפציטערן אלע הערצער פארן אימת הדין, געטרויט מען ניט אין הימעל, נאר מען איז דערווייל מוחל צוויי שליש פון די זינד און דער אורטייל בלייבט הענגען איבערן קאפּ פונעם מענטשן, טאמער וועט ער זיך צוריק אויסגליטשן און זינדיגן - טא מיט וואס זיינען די פאר סוכות-טעג מער געשיצט געגן עבירות דורכפאל?

איבעריגענס, דער טורי זהב וואונדערט זיך אויך פארוואס ס'זאלן די סאר-סוכות-טעג, ווען מען איז נאר עוסק אין די הכנות צו די מצוות סוכה און אתרוג זיין מער געזיכערט געגן זינד-שטרויכלונגען, ווי דער ערשטער טאג סוכות, אין וועלכען מ'איז מקיים דעם געטליכן רצון בשלימות, אויספירענדיג די מצוות אין לעבן? די קדושה פון די מצוות באזיצן דאך א סגולה אפּצוהיטן זייערע היטער פון שלעכטע מעשים. מצוה בעידנא דעסיק בה מגינא ומצלא.

כדי צו געבן א קלארן ענטפער אויף אט די אויבענדערמאנטע פראגען, מוזן מיר וויסן אט וואס: א גייסטיג-טרויעריגער און מאראל-צעשטערענדער טעות האט זיך איינגעבירגערט אין די מוחות פון א באדייטענדן טייל פון אונזער יוגנט איבערן מהות און מאסשטאב פון אידישער רעליגיעזיטעט און פרומקייט.

ס'זיינען אנטשטאנען צוויי רשויות אינם תחום פון יהדות: איין רשות פון מצוות מעשיות'דיגע פרומקייט, וואס ווערט אידענטיפיצירט מיטן באגריף אידישקייט, און א באזונדערער רשות פון סאציאלען יושר לויט דער תורה, גערעכטיגקייט לויט דער לערע פון תלמוד, וואס ווערט באצייכענט מיט דעם טערמין - רעליגיעזער פועל'יזם.

אט דער פאטאלער טעות פון אפּטיילן דאס אזוי גערופענע שלחן ערוך אידישקייט פון דער אמת'ער תורה מענטשליכקייט, וואס פארמט אויס און געשטאלטעט דאס רוחניות'דיגע וועזען פונעם אידישן מענטשן, הייסט צו צערייסען די יסודות אויף וועלכע ס'איז באזירט די יהדות וועלטס-אנשויאונג.

דער עצם פון שלימות היהדות באשטייט פון צווי הויפט-יסודות, וואס בילדן איין הארמאנישע חטיבה, תורת חיים און אהבת חסד. פארשטענדלעכער זיך אויסגעדריקט: אהבת המקום און אהבת הבריות. איינס ציט זיין גייסטיגע יניקה פונעם צווייטן, ווייל אין זייער טיפער פנימיות פאראייניגט זיי איין שורש – גאט'ס ווארט. אין זייער אינערלעכען תוך גיסן זיי זיך צוזאמען אין איין וועזענטלעכקייט, ווי פלאם און קנויט בילדן דאס ברעגענדע ליכט, ווי די צוויי טיילן פון אן אטעמדיגער לונג.

כי באור פניך נתת לנו ה׳ אלקינו תורת חיים ואהבת חסד - סיי דיין לעבענס-לערע ווי דיך צו דינען, און סיי דיין הומאניטעט-ליבשאפט האסטו אונז געגעבן, אונזער גאט, אויפן בארג סיני, מיט דער ליכטיגקייט פון געטלעכן גענאד. און דער וואס ברעכט אונטער דעם יסוד פון חסד, ברעכט ער ממילא אוגטער דעם פונדאמענט פון אמת.

און אט דער אומבאשטרייטבארער אמת קומט אמ'בולט'סטן צום אויסדרוק אינעם הייליגסטן טאג פון יאר – יום־-כפור.

יום-כפור, דער טאג פון דער געטלעכער סליחה-אמנעסטיע, ווען די לויטערקייט און די גרויסע קדושה פון טאג איז מכפר, שטעלט א באדינג דעם מענטש, וואס וויל געגיסן פון דער פארגעבונג: אהבת הבריות.

יום-כפור לערנט אונז, אז נישט נאר ס'ווערען - לויט דער יהדות'דיגער וועלט-אנשויאונג - באטראכט די צווי הויפט-פאקטארען: אהבת המקום און אהבת הבריות אלס אן איינהייטלעכע חטיבה, נאר יום-כפור איז ניט מכפר אויף די עבירות וחטאים בין אדם לחברו.

בין אדם למקום און בין אדם לחברו מוזן הארמאנירן, מוזן גיין צוזאמען - אהבת המקום און אהבת הבריות.

ווייל ווי געזאגט: אויב מען צערייסט ניט די גאנצקייט פון יהדות אויף שטיקער, אויסקלויבענדיג זיך א טייל פון די מצוות מעשיות און מיט דעם טייל יוצא צו זיין די פליכט פון טראגן דעם עול פון אידישקייט, נאר מ'האט דעם יום-כפור אין הארצן - קען מען ניט זינדיגן.

אין די פיר נאך יום-כפור טעג האט נאך יעדער איד יום־כפור אין הארצן.

מה דעלך סני לחברך לא תעביד, זו היא התורה כולה! דאס וואס איז ביי דיר שלעכט, זאלסטו דיין חבר ניט טאן, אט דאס איז די גאנצע תורה.

און אז צווישן יום כפור און סוכות היט מען די גאנצע תורה, זינדיגט מען דאך ניט. די גאנצע תורה דרייט זיך אויף דער צענטראלער אקס פון אהבת השם און דאס ליב האבן דעם מענטש וואס איז באשאפן בצלם אלקים, ליב צו האבן אינעם חבר דעם געטלעכן פונק וואס טליעט אין אים, דעם חלק אלוה ממעל - אט דאס איז א באווייז אז מען איז אן אוהב השם.

אויב דער בין אדם לחברו איז א שלעכטער, אן עגאָאיסטישער און אכזריות'דיגער, איז דאס די בעסטע אפּשפיגלונג פון זיין פנימיות, אז ער איז ווייט, הימל-ווייט פון אהבת השם.

ווייל אויב מ'האט נישט ליב דעם חלק אלוה ממעל, ווי קען מען ליב האבן דעם א־לוה ממעל?

דעמאלט ווען שלימות היהדות ווערט פארווירקלעכט דורכך איד, אפּהיטענדיג תורת חיים צוזאמען מיט אהבת חסד, ווערט דערגרייכט די העכסטע מדרגה פון אידישער קדושה.

און דארט, וואו ס'איז דא עטיש-דערהויבענע קדושה, איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין זינד.

אט דאס איז די הנחה פון הייליגן טורי זהב, אז אין די טעג צווישן יום-כפור און סוכות טוען אידן ניט קיין עבירות.