ימים נוראים אלמאנאך יסודות פון יידישקייט

שער - - פארווארט - - דער חודש פון תשובה - - תקעו בחודש שופר - - אמונה - - וואס לערענט אונז דער קול שופר - - מלכויות זכרונות שופרות - - דער תשובה רוף פון קול שופר - - צוריק צו תורה - - אמת - - בטחון - - תשובה פון צבור - - ומפני חטאינו גלינו - - שמועסן וועגן תשובה - - מלכות שדי - - חושים פאר רוחניות - - ימים נוראימדיקע תפילות - - תשובה דורך התחדשות - - אין ליכט פון אמת - - יסודות פון יידישקייט - - ובכן תן פחדך - - משלים פון חפץ חיים ז"ל - - ימים נוראים נוסח גער - - אלול – דער עיר מקלט פארן זינדיקן - - סוכות יום ראשון לחשבון עוונות - - דער מוסר השכל פון דער סוכה - - אפּטימיזם און פּעסימיזם - - חסידים דערציילן - - קורצע מאמרים


יסודות פון אידישקייט

פון הרב ר' יהודה אלטוסקי מחבר ספרים הגיוני יהודי

קבלת עול מלכות שמים, קבלת עול המצות און לימוד התורה, זיינען די דריי קארידינאלע יסודות, אויף וועלכע אידישקייט איז געבויט.

נישט נאר איז נישט מעגלעך קיץ פאלק ישראל אן די דריי יסודות, נאר אויך אן אינדיווידועלער בן-ישראל קען ניט געמאלט זיין אן די דריי קוואליפיקאציעם. און נאכמער: אן דעם ערשטען יסוד, איז עס א ספק צי מען קען מיט רעכט טראגן דעם נאמען , מענטש״ . . .

די תורה האט געווארענט געגן בוקען זיך לכל צבא השמים און די נביאים האבן געשטורעמט געגן געצענדינעריי. דאס ווייזט, אז אין פּרינציפּ האבן די עובדי עבודה זרה אנערקענט מלכות שמים, נאר אין א פארגרייזטער פארם. אז א מענשלעך באשעפעניש זאל אינגאנצן איגנארירן אט דעם קארדינאלן לעבנס-יסוד איז געווען אומבאגרייפלעך.

מלכיות - טראגן ניט קיין ספּעציפיש-אידישן כאראקטער. מלך – איז – על כל הארץ. ערשט מקדש האט צו טאן מיט ישראל. אבער דער פּרינציפּ פון מלכות ד' איז אן אוניווערסאלער. ווייל אן מלכות - האט דער מענטשלעכער מין ניט קיין עקזיסטענץ-בארעכטיגונג.

מען דארף ניט זיין קיין גוואלדיקער וועלט-חכם כדי צו באגרייפן דעם עלעמענטארן פּרינציפּ פון קבלת עול מלכות שמים. דער פשוטער זעלבסט-דערהאלטונגס אינסטינקט זאגט אונטער דעם נברא - די מציאות פון זיין בורא.

קבלת עול מלכות שמים איז אלזא אן עלעמענטארער באגריף, וואס שליסט ניט אויס קיין שום מענטש. דער שמע ישראל קומט איצט אין דעם רעאליזם פון עלימינאציע; פון עלימינירן אלע טעות'דיגע אנטוישונגען, פאלשע אידעאלאגיעס און קרום-מוח'דיגע אינטערפרעטאציע פון עול מלכות שמים. צו ישראל, צום פאלק ווי צום יחיד, זאגט מען שמע, פארשטיי, טיפער און גרינטלעכער ווי די אומות העולם. פאר זיי איז אפשר גענוג שיתוף, אבער דו דארפסט פארשטיין, אז ה' אלקינו ה' אחד.

און ווען קבלת עול מלכות שמים ווערט א זעלבסטפארשטענדליכקייט, מוז דאן לאגישערווייז נאכפאלגן דער פּרינציפּ פון קבלת עול מצות. דער באשעפער מוז דאך זאען זיינע שכל'דיגע באשעפענישן דעם מה ד׳ אלקיך דורש ממך. וואס פארלאנגט ער פון מענטשן במשך פון זיין קורצן לעבענס-שפּאן!? עול מלכות שמים און עול המצוות זיינען דאך אין דער בחינה פון שתיהן שהן אחת.

עס ווערן וואס אן אמת געמאכט פארשיידענע פּרואוון פונאנדערצוטיילן אט די צוויי געבונדענע עיקרים. פאלקיסטן. שלום-עליכמ'איסטן פון איין זייט, וואס ווילן עפּעס א ממשות'דיגע אידישקייט וואס זאל זיך אויסדריקן אין טעגלעכע מצוות: ביכורים - אן א שבועות; פון א הר ציון - אן א כותל מערבי; פון א מצוות הלל, ניט אין יום טוב און ראש חודש, גאר אין אן אייגען אייגן-דערפונדענעם יום-טוב פון חג העצמאות...

עס זיינען אפילו פאראן אידעאלאגן פון רעקאנסטרוקציאניסטישן חדר, וועלכע הייסן אייך אפּהיטן די מצוות התורה, דערקלערענדיג גלייכצייטיג, אז זיי גלויבן ניט אין נותן התורה... אבער אלע פּרואוון זיינען פון לכתחילה פאר'משפט צו א פולשטענדיגן דורכפאל. א ניט-דערוואקסן מיידעלע קען מען געבן א ליאלקע צו שפּילן זיך דערמיט ווי מיט א לעבעדיג קינד. אבער געבן א רייף-געווארענער פרוי וואס בענקט נאך א קינד - א ליאלקע, איז דאך ריינער וואנזין. און ס'איז גאר טראגיש, אז אט די זיינען געווארן פירער פון באוועגונגען ביים עם חכם ונבון! איך נפילה משמים אוץ תפארת ישראל?!

פאראן אבער א דריטער קארדינאלער יסוד אין אידישקייט, וואס קומט גאר פריער פון אלעס: בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ - בשביל התורה שנקראה ראשית נבראו שמים וארץ. קבלת עול מלכות שמים ועול המצוות קענען פארוואנדעלט ווערן אין קאלטע דאגמעס, אויב זיי ווערן ניט רעפלעקטירט דורך די ליכטיגע און ווארעמענדע תורה-שטראלן. זיי קענען זיין קאלטער סובסטאנץ ביז עס רירט זיך צו זיי ניט צו דער תורה-פלאם. כי נר מצוה ותורה אור.

ווי מורא׳דיג-רירענד קלינגט די ווארענונג: השמרו לכם פן יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים והשתחויתם להם. צו וועמען איז די דאזיגע ווארענונג געריכטעט? צו אפּטריניגע, וואס שטייען אויסן שוועל פון שמד?! ניין, חס וחלילה. דאס רעדט מען גאר צו פיינע אידן; צו שמע-ישראל-אידן; צו אידן וואס האבן אויף זיך פרייוויליג גענומען דעם קבלת עול מלכות שמים און עול מצוות און וואס זיינען אפשר מדקדק בקלה כבחמורה. נאר אין קלייניגקייט פעלט. לערנען תורה ווערט פארקוקט. און אט אזוי זאגט דער נעים זמירות ישראל: כיון שאני מגורש מלעסוק בתורה, הריני קרוב לעבוד אלהים אחרים!...

אט די דראענדע און ווארענענדע ווערטער דארפן שטיין פאר אונזערע אויגן אלע טעג פון יאר, און אוודאי מיט א פארדאפּעלטער קראפט אין יעדער מאמענט און יעדער מינוט פון די עשרת ימי התשובה. ס'איז כאראקטעריסטיש, דער טרערען-אויסברוך פון די אידישע אויגן און הערצער, דורך אלע דורות, אין די ימים נוראים-טעג, איז ניט געשען אין ראש-השנה ביי מלכיות, נאר האט אויסגעשטראמט ווי א וואולקאנישע לאווע אין יום הקדוש, גראד ביי די עשרה הרוגי מלכות. ווייל דא רעדט זיך וועגן פארלוסט פון די ארזי הלבנון, אדירי התורה און נושאי התורה. דאס פאלק האט תמיד געפילט, אז דאס גרעסטע אומגליק, די שרעקליכסטע טראגעדיע איז דער פארלוסט פון תורה.

און אויב אין אלע דורות האט דאס פאלק אזוי געפילט און פארשטאנען, על אחת כמה וכמה אין אונזער איצטיגער גייסטיק-פינצטערער תקופה.

בראתי יצר הרע, בראתי תורה תבלין לו. נאר דער אור תורה קען פארטרייבן דאס גייסטיגע חשכות און ווידער אויפלעבן אונזערע פארוויאנעטע נשמות. טאקע אונזערע ממש. ניט נאר ושננתם לבניך, ניט נאר פארזארגן די קומעדיגע דורות, נאר אויך ודברת בם, דער פליכט ליגט אויף אונז אליין, אויף אונזערע מקומות התפילה, אונזערע גרופן און ארגאניזאציעס. אויך מיר, יונג און אלט, נויטיגן זיך אין דעם פּאנצער פון תורה, צו קענען ביישטיין די קאלטע און שטורעמדיגע גאסן-ווינטן.

און ווען תורה וועט ווידער נעמען קלינגען, וועט במילא ביליגע צערימאניאל-אידישקייט פארשווינדן פון דער אידישער גאס. אנטקעגן חכמת התורה וועט ביליגער עם-הארצישער גאטעס-דינסט ניט קענען ביישטיץ. קבלת עול מלכות שמים וועט זיך ניט קענען מארקירן אין קאנווענציאנעלן פּוסטן שעמאַ איזראעל-געזאנג. עם-הארצות וועט לייכט דעמאסקירט ווערן אין ליכט פון דער תורה. אזעלכע מצוות ווי הדלקת הנרות - געקניפּט און געבונדן מיט חילול שבת - וועלן זיין ללעג ולקלס.

אלע איבלן אין אידישן לעבן ווערן קודם-כל פאראורזאכט פון חסרון ידיעות התורה. נאר ביי אומבאוואוסטזיניגע מענטשן שיינט אימיטאציע ווי גאלד. ווען אבער ידיעות און לימוד התורה וועט אילומינירן און באלייכטן די אידישע גאס, וועלן אלע פאלש-מינצער זיך פאררוקן אין די נאָרעס. כבוד התורה וועט ווידער ווארעמען אץ לייכטן, ומלאה הארץ דעה כמים לים מכסים.