טייטש יהואש תהלים פרק קלז

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים קלז)


א בּיי די טייכן פון בָּבל,
דאָרטן זיינען מיר געגעסן און געוויינט,
אז מיר האבּן זיך דערמאָנט אן ציון.
ב אויף די ווערבּעס וואס אין איר
האָבן מער אויפגעהאָנגען אונדזערע האַרפן;
ג וואָרום דאָרטן האָבּן אונדזערע פאַנגער
פאַרלאַנגט פון אונדז ווערטער פון געזאנג,
און אונדזערע פּייניקער, פריילאַכקייט:
זינגט אונדז פון דעם געזאַנג פון ציון.
ד ווי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פון גאָט
אויף פרעמדע ערד?
ה אויבּ איך וועל דיך פאַרגעסן, ירושלים,
זאָל מיין רעכטע האַנט זיך פארגעסן [צו רירן].
ו זאָל צוגעקלעפּט ווערן מיין צונג צו מיין גומען,
אויב איך וועל דיך נישט געדענקען,
אויב איך וועל נישט דערמאנען ירושלים
אויב מיין העכסטער שמחה.
ז געדענק, גאָט, די קינדער פון אדום
דעם טאָג פון ירושלים;
די וואָס האָבּן געזאָגט: וואַרפט איין,
וואַרפט איין בּיז צום גרונט אין איר.
ח טאָכטער בָּבל, דו אנגעבּרייטע צו פארוויסטונג,
וואויל צו דעם וואָס וועט דיר אפּצאָלן
דיין טואונג וואָס דו האָסט אונדז געטאָן;
ט וואויל צו דעם וואָס וועט אָננעמען און צעהאַקן
דיינע קליינע קינדער אָן פעלז.

ביאורי פסוקים