טייטש יהואש תהלים פרק יז
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים יז)
- א אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. הער צו, גאָט, גערעכטיקײט, האָרך צו מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט.
- ב פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן, דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט.
- ג האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ, האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט, האָסט מיך געלײַטערט, און ניט געפֿונען איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף ניט אַריבער מײַן מױל.
- ד אין מעשׂים פֿון מענטשן, האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן, מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן.
- ה מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן, ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.
- ו איך האָב דיך גערופֿן, װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן, גאָט; נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט.
- ז מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים, דו װאָס העלפֿסט די װאָס שיצן זיך פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט.
- ח היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג, אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן
- ט פֿון די רשָעים װאָס באַרױבן מיך, מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום.
- י זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן, מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק.
- יא אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט, זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד.
- יב ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן, און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן.
- יג שטײ אױף, גאָט, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער, מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רָשע מיט דײַן שװערד,
- יד פֿון מענטשן, גאָט, מיט דײַן האַנט – פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן, און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך; זאַט זײַנען זײערע קינדער, און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע.
- טו איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט, איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאָר מיט דײַן געשטאַלט.