טייטש יהואש תהלים פרק כב
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים כב)
- א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף אילת-השחר. אַ מזמור פֿון דָוִדן.
- ב מײַן גאָט, מײַן גאָט, פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?װײַט פֿון מײַן הילף זײַנען די װערטער פֿון מײַן געשרײ.
- ג מײַן גאָט, איך רוף בײַ טאָג, און דו ענטפֿערסט ניט, און בײַ נאַכט – און ניטאָ קײן שטילונג פֿאַר מיר.
- ד דו ביסט דאָך דער הײליקער, װאָס טראָנט אױף די לױבגעזאַנגען פֿון ישׂראל.
- ה אױף דיר האָבן זיך פֿאַרזיכערט אונדזערע עלטערן, זיך פֿאַרזיכערט, און דו האָסט זײ דערלײזט.
- ו צו דיר האָבן זײ געשריִען, און אַנטרונען געװאָרן, אױף דיר זיך פֿאַרזיכערט, און ניט פֿאַרשעמט געװאָרן.
- ז אָבער איך בין אַ װאָרעם און ניט קײן מענטש, אַ חרפּה פֿאַר לײַט, און פֿאַראַכט פֿון פֿאָלק.
- ח אַלע װאָס זעען מיך, לאַכן פֿון מיר, זײ ציִען מיט דער ליפּ, זײ שאָקלען דעם קאָפּ:
- ט זאָל ער זיך אַרױפֿלײגן אױף גאָט, ער זאָל אים דערלײזן, אים מציל זײַן, אױב ער טוט אים באַגערן.
- י פֿאַר װאָר, דו האָסט מיך אַרױסגעצױגן פֿון מוטערלײַב, מיך פֿאַרזיכערט אױף מײַן מוטערס ברוסט.
- יא אױף דיר בין איך אַרױפֿגעװאָרפֿן פֿון געבערמוטער אָן, פֿון מײַן מוטערלײַב אָן ביסט דו מײַן גאָט.
- יב ניט דערװײַטער זיך פֿון מיר, װאָרום די נױט איז נאָנט, װאָרום ניטאָ װער זאָל העלפֿן.
- יג אַרומגערינגלט האָבן מיך אָקסן פֿיל, בולן פֿון בשן זײַנען מיך באַפֿאַלן אַרום.
- יד זײ האָבן אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל אױף מיר, װי אַ לײב װאָס פֿאַרצוקט און ברומט.
- טו װי װאַסער בין איך צערונען געװאָרן, און אַלע מײַנע בײנער האָבן זיך צעשאָטן; מײַן האַרץ איז געװאָרן װי װאַקס, צעגאַנגען אין מײַנע אינגעװײד.
- טז אױסגעטריקנט װי אַ שאַרבן איז מײַן כּוח, און מײַן צונג איז צוגעקלעפּט צו מײַן גומען; און אין דעם שטױב פֿון טױט טוסטו מיך לײגן.
- יז װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך הינט, אַ באַנדע שלעכטסטוער האָט מיך אַרומגענומען, װי אַ לײב – מײַנע הענט און מײַנע פֿיס.
- יח איך קען איבערצײלן אַלע מײַנע בײנער;זײ גלאָצן, זײ קוקן אױף מיר.
- יט זײ צעטײלן מײַנע בגדים צװישן זיך, און אױף מײַן מלבוש װאַרפֿן זײ גורל.
- כ אָבער דו גאָט, זאָלסט זיך ניט דערװײַטערן, מײַן שטאַרקײט, אײַל מיר צו הילף.
- כא זײַ מציל פֿון שװערד מײַן זעל, פֿון דער מאַכט פֿון הונט מײַן אײנאײנציקע.
- כב העלף מיך פֿון דעם לײבס מױל, און פֿון די הערנער פֿון װיזלטירן זאָלסטו מיר ענטפֿערן.
- כג איך װעל דערצײלן דײַן נאָמען צו מײַנע ברידער, אין געזעמל װעל איך דיך לױבן:
- כד איר פֿאָרכטער פֿון גאָט, טוט אים לױבן, אַל דער זאָמען פֿון יעקבֿ, גיט אים כּבֿוד, און האָט מורא פֿאַר אים, אַל דער זאָמען פֿון ישׂראל.
- כה װאָרום ער פֿאַראַכט ניט און פֿאַראומװערדיקט ניט די פּײַן פֿון אָרימאַן, און ער פֿאַרבאָרגט ניט זײַן פּנים פֿון אים, און אַז ער שרײַט צו אים, הערט ער צו.
- כו פֿון דיר װעט זײַן מײַן לױב אין אַ גרױס געזעמל;איך װעל באַצאָלן מײַנע נדרים אַנטקעגן פֿאַר זײַנע פֿאָרכטער.
- כז עסן װעלן די געדריקטע און זאַט זײַן, לױבן װעלן גאָט די װאָס זוכן אים; זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ אױף אײביק!
- כח באַקלערן װעלן זיך, און זיך אומקערן צו גאָט, אַלע עקן פֿון דער ערד;און בוקן װעלן זיך פֿאַר דיראַלע משפּחות פֿון די פֿעלקער.
- כט װאָרום די מלוכה איז גאָטס, און ער געװעלטיקט איבער די פֿעלקער.
- ל עסן אַלע פֿעטסן פֿון לאַנד, און זיך בוקן, קניִען פֿאַר אים, װעלן אַלע װאָס האָבן אין שטױב גענידערט, און זײער זעל ניט דערהאַלטן געקענט.
- לא די קינדער װעלן אים דינען, פֿון גאָט װעט דערצײלט װערן דעם קומעדיקן דָור.
- לב מע װעט קומען און אָנזאָגן זײַן גערעכטיקײט, דעם פֿאָלק װאָס װעט געבאָרן װערן – אַז ער האָט עס געטאָן.