טייטש יהואש תהלים פרק ג
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ג)
- א אַ מזמור פון דָוִדן, ווען ער איז אַנטלאָפן פון זיין זון אַבשלומען (זע שמואל ב טו).
- ב גאָט, ווי פיל זיינען מיינע פיינט!
- פיל די וואָס שטייען אָן אויף מיר!
- ג פיל זאָגן אויף מיין זעל:
- נישטאָ פאַר אים קיין הילף ביי גאָט. סלה.
- ד אבּער דו גאָט בּיסט אַ שילד פאַר מיר,
- מיין כבוד און דער דערהייבער פון מיין קאָפּ.
- ה מיט מיין קוֹל טו איך רופן צו גאָט,
- און ער ענטפערט מיר פון זיין הייליקן באַרג. סלה.
- ו איך לייג זיך און שלאָף איין,
- איך וואַך אויף, ווייל גאָט לענט מיך אונטער.
- ז איך האָב נישט מורא פאַר צענטויזנטן פאָלק,
- וואָס האָבן רונד ארום זיך אָנגעזעצט אויף מיר.
- ח שטיי אויף, יהוה, העלף מיך מיין גאָט,
- וואָרום האָסט געשלאָגן אַלע מיינע פיינט אויף דער באַק,
- די ציין פון די רשעים האָסטו צעבּראָכן.
- ט בּיי גאָט איז די הילף;
- זאָל קומען דיין בּרכה אויף דיין פאָלק! סלה.