טייטש יהואש תהלים פרק ה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים ה)
- א פאר דעם געזאַנגמייסטער אויף נחילות; א מזמור פון דודן.
- ב פארנעם מיינע ווערטער, גאָט.
- מערק מיין זיפצעניש.
- ג האָרך צום קוֹל פון מיין געשריי, מיין קיניג און מיין גאט,
- ווארום צו דיר דו איך בּעטן.
- ד יהוה, פרימאָרגנס הער צו מיין קוֹל,
- פרימאָרגנס טענה איך צו דיר, און קוק אויס.
- ה וואָרום נישט א גאָט וויל אומרעכט ביסטו,
- ביי דיר קען נישט ווייל קיין שלעכטס.
- ו פּראָלער קענען נישט שטיין פאַר דיינע אויגן,
- האָסטו פיינט אַלע טוער פון אומרעכט.
- ז בּרענגסט אונטער די וואָס רעדן ליגן;
- דעם מאַן פון בּלוט און באַטרונג פאַראומווערדיקט גאָט.
- ח אָבער איך וועל קומען אין דיין הויז דורך דיין גרויס גענאָד,
- אין וועל מיך בּוקן אין דיין הייליקן טעמפּל,
- צווישן דיינע פאָרכטער.
- ט גאָט, פיר מיך אין דיין גערעכטיקייט
- פון וועגן מיינע לויערער,
- מאַך גלייך דיין וועג פאַר מיר.
- י וואָרום נישטא אין זייער מויל קיין ריכטיקייט,
- זייער אינגעווייד איז אן אונטערגאַנג,
- אן אָפענער קבר איז זייער קעל;
- זייער צונג מאַכן זיי גלאַט.
- יא פאַרמשפט זיי גאָט,
- זאָלן זיי פאַלן דורך זייער פיל פאַרבּרעכן,
- ווייל זיי האָבן ווידערשפּעניקט אן דיר.
- יב און אַלע וואָס שיצן זיך אין דיר, וועלן זיך פרייען,
- אייבּיק וועלן זיי זינגען, וואָרום וועסט זיי בּאַשירעמען,
- און די ליבּהאָבּער פון דיין נאָמען,
- וועלן זיין לוסטיק מיט דיר.
- יג וואָרום דו בּענטשסט דעם צדיק, גאָט,
- ווי אַ פּאַנצער מיט גוטוויליקייט רינגלסטו אים ארום.