טייטש יהואש תהלים פרק כא

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים כא)


א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
ב גאָט, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך, און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!
ג דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן, און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו ניט פֿאַרמיטן. סֶלָה.
ד װאָרום דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס, טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן.
ה לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן; אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק.
ו גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף, גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף.
ז װאָרום דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק, דערפֿרײסט אים מיט שִׂמחה פֿאַר דײַן פּנים.
ח װאָרום דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, און דורך דעם חֶסד פֿון אױבערשטן װעט ער ניט אומפֿאַלן.
ט דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט, דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים.
י װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן;גאָט װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס, און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן.
יא זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד, און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער.
יב װאָרום זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר;זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ ניט אױספֿירן.
יג װאָרום װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן, מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים.
יד דערהײב דיך, גאָט, אין דײַן שטאַרקײט;מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.

ביאורי פסוקים