טייטש יהואש תהלים פרק קיט
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים קט)
- אות א --- (תהלים קיט אין א טאבלעט)
- א ווויל צו די וואס זייער וועג איז ערלאך,
- וואס גייען אין דער תורה פון גאט.
- ב ווויל צו די וואס היטן זיינע אנזאגן,
- וואס זוכן אים מיטן גאנצן הארצן,
- ג און זיי טוען ניט קיין אומרעכט,
- זיי גייען אין זיינע וועגן.
- ד האסט געבאטן דיינע באפעלן,
- זיי אפּצוהיטן זייער.
- ה הלוואי זאלן פעסט זיין מיינע וועגן
- צו היטן דיינע געזעצן.
- ו דענסמאל וועל איך זיך ניט שעמען,
- ווען איך קוק אויף אלע דיינע געבאט.
- ז איך וועל דיך לויבן מיט רעכטפארטיקייט פון הארצן,
- ווען איך לערן דיינע גערעכטע משפטים.
- ח דיינע געזעצן וועל איך היטן;
- זאלסט מיך ניט פארלאזן ביז גאר.
- אות ב
- ט מיט וואס קען א יוננער מענטש האלטן ריין זיין וועג.
- צו זיין אפּגעהיט לויט דיין ווארט?
- י מיט מיין גאנצן הארצן האב איך דיך געזוכט;
- לאז מיך ניט אוועקבלאנדזשען פון דיינע געבאט.
- יא אין מיין הארצן האב איך באהאלטן דיין ווארט,
- כדי איך זאל ניט זינדיקן צו דיר.
- יב געלויבט ביסטו, גאט;
- לערן מיך דיינע געזעצן.
- יג מיט מיינע ליפּן האב איך דערציילט
- אלע משפטים פון דיין מויל.
- יד מיט דעם ווענ פון דיינע אנזאגן האב איך מיך נעפרייט
- ווי מיט אלע עשירות.
- טו איך טראכט אָן דיינע באפעלן,
- און איך קוק אויף דיינע וועגן.
- טז מיט דיינע געזעצן קוויק איך מיך,
- איך פארגעס ניט דיין ווארט.
- אות ג
- יז באשער דיין קנעכט, איך זאל לעבן,
- און איך וועל היטן דיין ווארט.
- יח אנטפּלעק מיינע אויגן, איך זאל זען
- די וואונדער פון דיין תורה.
- יט א פרעמדער בין איך ארף דער ערד;
- ניט פארבארג פון מיר דיינע געבאט.
- כ צעבראכן איז מיין זעל פון גלוסטעניש
- נאך דיינע משפטים אין יעטוועדער צייט.
- כא שרייסט אן אויף די פארשאלטענע מוטוויליקע,
- וואס בלאנדזשען אוועק פון דיינע געבאט.
- כב קייקל אראפּ פון מיר שאנד און בזיון,
- ווארום דיינע אנזאג האב איך געהיט.
- כג הגם הארן זיצן און רעדן קעגן מיר,
- טראכט דיין קנעכט אן דיינע געזעצן,
- כד יא, דיינע אנזאגן זיינען מיין קוויקוננ,
- די עצה-געבער מיינע.
- אות ד
- כה בהעפט צום שטויב איז מיין זעל;
- לעב מיך אויף לויט דיין ווארט.
- כו איך האב דערציילט מיינע וועגן, און דו האסט מיר געענטפערט;
- לערן מיך דיינע געזעצן.
- כז דעם וועג פון דיינע באפעלן מאך מיך פארשטיין,
- און איך וועל רעדן פון דיינע וואונדער.
- כח מיין זעל טרערט פון קומער;
- ריכט מיך אויף לויט דיין ווארט.
- כט דעם וועג פון ליגן טו אפּ פון מיר,
- און מיט דיין תורה לייטזעליק מיך.
- ל דעם וועג פון אמת האב איך אויסגעוויילט,
- דיינע משפטים האב איך געהאלטן פאר מיר.
- לא איך בין באהעפט אן דיינע אנזאגן;
- גאט, זאלסט מיך ניט פארשעמען.
- לב אין דעם וועג פון דיינע געבאט טו איך לויפן,
- ווארום דו דערברייטערסט מיין הארץ.
- אות ה
- לג לערן מיך, גאט, דעם וועג פון דיינע געזעצן,
- און איך וועל אים היטן ביז לעצט.
- לד מאך מיך פארשטיין, כדי איך זאל היטן דיין תורה,
- און זי האלטן מיטן גאנצן הארצן.
- לה פיר מיך אין דעם שטעג פון דיינע געבאט,
- ווארום נאך אים האב איך געגארט.
- לו נייג מיין הארץ צו דיינע אנזאגן,
- און ניט צו גייציקייט.
- לז נעם אוועק מיינע אויגן פון קוקן אויף נישטיקייט;
- אין דיינע וועגן לעב מיך אויף.
- לח זיי מקיים צו דיין קנעכט דיין צוזאג
- וואס צו דיינע פארכטער.
- לט טו אפּ מיין שאנד וואטס איך שרעק מיך דערפאר,
- ווארום דיינע משפטים זיינען גוט.
- מ זע, איך האב געשמאכט נאך דיינע באפעלן;
- אין דיין גערעכטיקייט לעב מיך אויף.
- אות ו
- מא און זאלן קומען דיינע חסדים אויף מיר, גאט,
- דיין הילף לויט דיין צוזאג,
- מב אז איך זאל קענען ענטפערן מיין לעסטערער א ווארט;
- ווארום איך האב מיך פארזיכערט אויף דיין ווארט.
- מג און זאלסט ניט אפּרייסן אין גאנצן פון מיין מדל דאס ווארט פון אמת,
- ווארום אויף דיינע משפטים האב איך געהארט.
- מד און איך וועל תמיד היטן דיין תורה, אויף אייביק און שטענדיק.
- מה און לאמיך אומגיין אין דערברייטערניש,
- ווארום דיינע באפעלן האב איך געזוכט.
- מו און איך וועל רעדן פון דיינע אנזאגן פאר מלכים,
- און איך וועל מיך ניט שעמען.
- מז און איך וועל מיך קוויקן מיט דיינע געבאט
- וואט איך האב ליב.
- מח און איך וועל אויפהייבן מיינע הענט צו דיינע געבאט וואס איך האב ליב,
- און איך וועל טראכטן אן דיינע געזעצן.
- אות ז
- מט געדענק דאס ווארט צו דיין קנעכט,
- וועדליק דו האסט מיך געמאכט האפן.
- נ דאס איז מיין טרייסט אין מיין פּיין,
- וואס דיין צוזאג לעבט מיך אויף.
- נא די מוטוויליקע האבן געשפּעט פון מיר זייער-
- פון דיין תורה האב איך דך ניט אפּגענייגט.
- נב איך האב געדאכט, גאט, אין דיינע משפטים פון אייביק אן,
- און איך האב מיך געטרייסט.
- נג א ברענעדיקער צארן האט מיך אנגענומען,
- פון וועגן די רשעים וואס פארלאזן דיין תורה.
- נד געזאנגען זיינען מיר געווען דיינע געזעצן
- אין הויז פון מיין פארפרעמדטקייט.
- נה איך האב דערמאנט ביי נאכט דיין נאמען, גאט,
- און איך האב געהיט דיין תורה.
- נו דאס האב איך געהאט:
- וואס איך האב געהאלטן דיינע באפעלן.
- אות ח
- נז מיין טייל, גאט, האב איך געזאגט,
- איז צו היטן דיינע ווערטער.
- נח איך האב געבעטן ביי דיר מיטן גאנצן הארצן:
- לייטזעליק מיך לויט דיין צוזאג.
- נט איך האב בארעכנט מיינע וועגן,
- און געקערט מיינע פיט צו דיינע אנזאגן.
- ס איך האב זיך געאיילט און ניט געזאמט
- צו היטן דיינע געבאט.
- סא די שטריק פון די רשעים האבן מיך ארומנעקניפט,
- דיין תורה האב איך ניט פארגעסן.
- סב האלבע נאכט שטיי איך אויף דיר צו דאנקען
- פאר דיינע גערעכטע משפטים.
- סג א חבר בין איך צו אלע וואט פארכטן דיך,
- און צו די וואט היטן דיינע באפעלן.
- סד דיין חסד, גאט, איז פול די ערד;
- לערן מיך דיינע געזעצן.
- אות ט
- סה האסט געטאן גוטס מיט דיין קנעכט,
- גאט, לויט דיין ווארט.
- סו וווילפארשטאנדיקייט און וויסן לערן מיך,
- ווארום איך גלויב אין דיינע געבאט.
- סז איידער איך האב געליטן פלעג איך פארזען,
- אבער אצונד טו איך היטן דיין ווארט.
- סח א גוטער ביסטו און א באגיטיקער;
- לערן מיך דיינע געזעצן.
- סט די מוטוויליקע האבן אנגעשמירט אויף מיר ליגן,
- איך היט מיטן גאנצן הארצן דיינע באפעלן.
- ע פארשטאפּט ווי פעטס איז זייער הארץ;
- איך האב מיך געקוויקט מיט דיין תורה.
- עא ווויל איז צו מיר וואט איך בין געפּייגיקט געווארן,
- כדי איך זאל לערנען דיינע געזעצן.
- עב מיר איז בעסער די תורה פון דיין מויל
- איידער טויזנטן גאלד און זילבער.
- אות י
- עג דיינע הענט האבן מיך געשאפן און מיך געפורעמט;
- מאך מיך פארשטיין, כדי איך זאל לערנען דיינע געבאט.
- עד דיינע פארכטער וועלן מיך זען (ווארטשפּיל: יְרֵאֶיך יִרְאוּנִי) און זיך פרייען,
- ווארום אויף דיין ווארט האב איך געהארט.
- עה איך ווייס, גאט, אז גערעכט זיינען דיינע משפטים,
- און אויס טריישאפט האסטו מיך געפּייניקט.
- עו זאל זיין, איך בעט דיך, דיין חסד מיך צו טרייסטן,
- אזוי ווי דיין צוזאג צו דיין קנעכט.
- עז זאל קומען אויף מיר דיין דערבארימונג, כדי איך זאל לעבן,
- ווארום דיין תורה איז מיין קוויקונג.
- עח זאלן פארשעמט ווערן די מוטוויליקע, ווייל זיי האבן מיך געקריוודעט אומנישט;
- איך וועל טראכטן אָן דיינע באפעלן.
- עט זאלן זיך קערן צו מיר די וואס פארכטן דיך,
- און די וואס ווייסן דיינע אנזאגן.
- ע זאל מיין הארץ זיין גאנץ אין דיינע געזעצן,
- כדי איך זאל ניט פארשעמט ווערן.