טייטש יהואש תהלים פרק יח

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ       (אנדערע ווערסיעס פון תהלים יח)


א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט, פֿון דָוִדן, װאָס האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער מאַכט פֿון שָאולן.
ב און ער האָט געזאָגט: איך האָב דיך ליב, יהוה מײַן שטאַרקײט;
ג גאָט איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען. מײַן גאָט איז מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים, מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם.
ד איך רוף: געלױבט איז יהוה! און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.
ה אַרומגערינגלט האָבן מיך שטריק פֿון טױט, און טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן.
ו שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט, אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.
ז האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו יהוה, און צו מײַן גאָט האָב איך געשריִען; האָט ער געהערט פֿון זײַן טעמפּל מײַן קָול, און מײַן געשרײ פֿאַר אים איז געקומען אין זײַנע אױערן.
ח און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד, און די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג האָבן געציטערט; זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט.
ט אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז, און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט; קױלן האָבן געברענט פֿון אים.
י און ער האָט גענײַגט דעם הימל און גענידערט, מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.
יא און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן, און געשװעבט אױף פֿליגלען פֿון װינט.
יב ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש זײַן באַהעלטעניש, זײַן בײַדל אַרום אים – אַ חושך פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.
יג פֿון דעם שימער פֿאַר אים זײַנען זײַנע װאָלקנס צעגאַנגען אין האָגל און פֿײַערקױלן.
יד און געדונערט אין הימל האָט גאָט, און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול, מיט האָגל און פֿײַערקױלן.
טו און ער האָט אַרױסגעשיקט זײַנע פֿײַלן און זײ צעשפּרײט, און בליצן געשאָסן, און זײ פֿאַרטומלט.
טז און די גראָבנס פֿון װאַסערן האָבן זיך באַװיזן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, פֿון דײַן אָנגעשרײ, גאָט, פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון דײַן נאָז.
יז ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען, מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.
יח ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט, און פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.
יט זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך, אָבער גאָט איז מיר צום אָנלען געװען.
כ און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש, מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.
כא גאָט האָט מיר פֿאַרגאָלטן לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָט ער מיר אומגעקערט.
כב װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה, און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן גאָט.
כג װאָרום אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר, און זײַנע חוקים טו איך ניט אָפּ פֿון מיר.
כד און איך בין געװען צו אים גאַנץ, און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.
כה דרום האָט מיר גאָט אומגעקערט לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט פֿאַר זײַנע אױגן.
כו מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק, מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.
כז מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן, און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.
כח װאָרום דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן, און הױכע אױגן דערנידערסטו.
כט װאָרום דו מאַכסט לײַכטן מײַן ליכט; יהוה מײַן גאָט באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.
ל װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה, און מיט מײַן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
לא גאָט – זײַן װעג איז גאַנץ; דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געלײַטערט; ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
לב װאָרום װער איז גאָט אױסער יהוה? און װער אַ פֿעלדז אחוץ אונדזער גאָט?
לג דער גאָט װאָס באַגורט מיך מיט שטאַרקײט, און מאַכט גלײַך מײַן װעג.
לד ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.
לה ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה, און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.
לו און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער, און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
לז האָסט דערברײטערט מײַן טריט אונטער מיר, און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.
לח איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ דערגרײכט, און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.
לט איך האָב זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן; זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.
מ און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה, האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.
מא און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר, און מײַנע שָׂונאים, זײ האָב איך פֿאַרשניטן.
מב זײ האָבן געשריִען, און קײן העלפֿער איז ניט געװען, צו גאָט – און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט.
מג און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿאַרן װינט, װי גאַסנקױט זײ אַרױסגעװאָרפֿן.
מד האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון פֿאָלק, האָסט מיך געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון די אומות; אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט טוט מיר דינען,
מה פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײַ מיר; די קינדער פֿון פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר.
מו די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט, און זײ קומען ציטערנדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
מז עס לעבט יהוה, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז, און דערהױבן איז דער גאָט פֿון מײַן הילף;
מח דער גאָט װאָס גיט מיר נקמות און אונטערטעניקט די אומות אונטער מיר.
מט ער מאַכט מיך אַנטרינען פֿון מײַנע פֿײַנט; יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך, פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.
נ דרום לױב איך דיך, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.
נא ער גרײסט די ישועות פֿון זײַן מלך, און ער טוט חֶסד מיט זײַן געזאַלבטן, מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.

ביאורי פסוקים