טייטש יהואש תהלים פרק יט
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים יט)
- א פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
- ב די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון גאָט, און די װערק פֿון זײַנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן.
- ג אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט, און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן,
- ד ניטאָ אַ װאָרט און ניטאָ קײן געשעענישן, װוּ זײער װידער-קָול װערט ניט געהערט;
- ה איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג, און ביז עק װעלט זײערע רײד. פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;
- ו און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון זײַן קאַמער. ער פֿרײט זיך װי אַ גִבור צו לױפֿן דעם װעג.
- ז פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג, און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן, און ניטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.
- ח די תּורה פֿון גאָט איז גאַנץ, זי דערקװיקט די זעל; דער אָנזאָג פֿון גאָט איז זיכער, ער מאַכט קלוג דעם נאַרן.
- ט די באַפֿעלן פֿון גאָט זײַנען רעכטפֿאַרטיק, זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ; דאָס געבאָט פֿון גאָט איז לױטער, עס מאַכט ליכטיק די אױגן.
- י די מורא פֿאַר גאָט איז רײן, זי באַשטײט אױף אײביק; די משפּטים פֿון גאָט זײַנען אמת, זײ זײַנען אַלע גערעכט;
- יא זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד, און פֿון גינגאָלד אַ סך, און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק.
- יב אױך דײַן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ; אין היטן זײ איז גרױס שׂכַר פֿאַראַן.
- יג פֿאַרזעען װער קען מערקן? פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן.
- יד אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע, זײ זאָלן ניט געװעלטיקן איבער מיר; דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן, און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.
- טו זאָלן זײַן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מײַן מױל, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן פֿאַר דיר, גאָט מײַן פֿעלדז, און מײַן דערלײזער.