שכל במקום גאט
פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
שכל במקום גאט (יאר: 1905)
נאר זיך און נאר די גאנצע וועלט;
מיט דיין איראניע – שמייכל,
בארים זיך אז דא דארפסט נישט גאט –
דיר קלעקט דיין בלויזער שכל...
דאך זאג מיר פריינד, ווען ס'קומט די נאכט,
און דו ביסט דאן ביחידות,
און שטיל און פינסטער איז ארום,
און ס'הערץ דיינס קראנק אין מיד איז –
ווען ס'שטעלט די מרה – שחורה זיך
אוועק ביי דער צוקאפענס,
און ס'פערלען קאלט אויף דיין געזיכט,
פון יאוש – שווייס די טראפנסס –
ווען ס'גלאצט מיט פוסטע אויג – לעכער,
דער טויט פון אלע עקן,
און ס'בלאנדזשעט דיין נשמה דורך,
א מדבר פון מיט שרעקן –
זאג, פריינד, צי קומט דיין קלארער זינען,
א טרייסט דיר דאן צו שאפן?
צו העלפן דיר דיין במקום גאט
וואס דו זיך האסט באשאפן?...
צי ליגט נישט דאמאלט וו א טרוס,
זיך קארצענדיק אין דרייען,
דיין שכל – גבור, וואס ביי טאג
שטאלצירט מיט זיין כלי-זין?...