פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


די נייע געטער (יאר: 1909)


צוברעך די אומריינע אלטארן,

זיי זיינען פאלש, זיי אלע נארן...


דעק אויף דיין גאט'ס פארהילטן פנים,

רייס אפ זיין מאסקע און קוק אן אים –


ס'איז בלויז דיין "איך" וואס לויז געריסן

זיך האט, פון אייגענעם געוויסן...


דיין "איך" בלויז וועלכער איז אנטלאפן,

פון וועלט-געזעץ, פון הימל'ס שטראפן...


דיין פרייהייט – קוק זיך צו נאר נענטער,

ס'איז דיין באגער דער ווילד-צוברענטער,


וואס דורך דעם פאקוס פון די ליפן,

פארוואנדלט האט זיך אין פּרנציפּן...


טו אויס דיין קרוין פון זעלבסט=רעגיערער,

דו אומגעשיקטער דעזערטירער,


אויף וועמענס פיס די קייטן קלינגען,

וואס וועלן דארט צוריק דיך ברענגען,


פון וואו דיר לויפן האט געוואלט זיך,

און ברעכן וועט דיין שקלאפן-שטאלץ זיך...


אין שטויב זיך לייג, און בויג דיין שטערן,

און רייניק מיט חרטה-טרערן,


דיין גאוה'דיק און זינדיק שטרעבן,

און שטארב אום-ווידער אויפצולעבן...


דען דער וואס וויל זיין גאט דערקענען,

מוז ערשט זיין איך, אליין פארברענגען.