פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


ביי טויער פון לעבן (א פראגמענט) (יאר: 1908)

ביי דעם טויער פון הימל טרעפן זיך צוויי נשמות; איינע קומט צוריק פון ערדישן לעבן, די צווייטע גייט ערשט ארויס אהין.

די צוריקקערענדע:

שוין ווייען מיר א גרויס פון ווייטן,

דעם הימל'ס קאלטע אייביקייטן...

א צייט געקניפט פון נעכט און טעג,

אן ארט פון טרייבן און געיעג,


איר וועט מיך מער נישט בינדן –

אין קוואל פון ליכט וואס אייביק שטארלט,

און קיינמאל שטייגט נישט, קיימאל פאלט,

דארט וועל איך שנעל פארשווינדן...


נישט שטרעבן מער, נישט ווערן מער

געשניטן פון דער טייפל-שעער

וואס אירע קלינגען זיינען –

א רגע רו, א רגע – שטרייט,

א שטענדיקע פארפאלכטענקייט

פון פריידן און פון פּיינען...


א הימל נעם מיך צו צוריק,

לאז איבערטרעטן מיך די בריק,

צו דיינע ברייטע ספערן,

וואס דרייען זיך אין רוים אן מי –

וואו ס'קוויקט די שטילע סימפאניע,

פון זונען און פון שטערן...


די ארויסטרעטענדע:

געענדיקט איז די צייט פון טרוימען,

אין אומבאגרענצטע אויר-רוימען –

דאס שוועבן הין שוועבן הער,

אן ציל אן צוועק, און אן באגער,

און זיין אי דא אי דארטן...


דאס זויגן זאפט און ציען סאק,

פון יעדן גראז און בלומען-שטאק,

אין ברייטן געטער-גארטן...

דאס דרייען תמיד זיך אין קרייז,

און קיין מאל נישט פאראויס שפרייז,


קיין ווייטער און קיין נענטער,

דען וואס איז איצט איז יעדע שעה,

און וואס איז דא, איז דארטן דא,

און אומעטום איז צענטער...


א, עפען הימל-טויער, שנעל! –

לאז איבערטרעטן מיך די שוועל

צום לאנד פון מענטשן-קינדער,

צום לאנד וואו ס'בייט זיך נאכט מיט ליכט,

צום לאנד פון שטערבן און פון פליכט –

צום לאנד פון מער און מינדער...


ערשטע נשמה:

דארט אקערט מען און זעט מען לאנג,

בעפאר עס שפראצט ארויס דעם זאנג,

און וואקסט ער מוז ער וויאנען;

און דא איז אלץ געענדיגט שוין,

נישא קיין מי, נישטא קיין לוין,

און טויט איז נישט פאראן...


צווייטע נשמה:

וואו תמיד פול, איז תמיד פּוסט...

און אייביקייט – וואס איז אן לוסט? –

ס'איז בלויז דער טויט וואס שטארבט נישט...

און גלייך צום נישט-זיין איז דאס שיין,

וואס שפיל פון שאטן און פון שיין,

פארציערט נישט און באפארבט נישט...


ערשטע נשמה:

איך האב געזוכט אין פינסטערניש,

א זעמדל וואס געוועזן איז

אין אקעאן אן פארטראגן,

איך האב ארומגעזוכט אומזיסט,

און וואלט איך ס'קערנדל דערוויסט –

וואס וואלט איך דאן געקראגן? –


א שטויב פון וויסן... קליין און קארג,

גענומען פון דעם גרויסן בארג,

וואס דא שטייט פריי און אפן...

וואס דא זעט קלאר דער ערשטער בליק,

דאס וואלט איך דארט נאר צופעליק

און בלינדערהייט געטראפן...


צווייטע נשמה:

ווי גרויס די פרוכט, ווי קליין די פרוכט,

וואס מאכט עס אויס אבי געזוכט –

דאס זוכן איז דער עיקר...

און ס'גאנצע קריגט זיין גרעסטן חן,

ביי דעם וואס זאמלט שטיין פאר שטיין,

און שטעלט עס אויף פון שטיקער...


דאך וויסן אלץ איז וויסן נול,

דאך רוקן ביסלעכווייז דעם גבול,

פון קענען און פון וויסן –

אנטפלעקט לאנגזאם סוד פאר סוד,

דעם טיף-פארדעקטן וועלטן ראד –

בלויז דאס הייסט פרייד געניסן...


א שטימע:

אי דא אי דארט, עס איז עגאל,

דא איז די זונען און דארט דער שטראל,

דער שטראם איז דארט און דא דער קוואל,

דאך אלץ די זעלבע מאכט די שטומע...

דערזעלבער שטאף, דערזעלבער גייסט,

וואס שאפט און טויט, וואס בויט און רייסט,

און רונד ארום זיך תמיד קרייזט,

און שטענדיק בלייבט די זעלבע סומע...


דאס גאנצע איז פון תמיד גאנץ,

און גלייך איז אייבעק בילאנץ,

אין רולאזן חלקים-טאנץ,

וואס פלעכט און בינדט זיך טויזנט-ארטיק,


דאך אין דעם שמאלן שפיגל פאלט,

פון וועלט-זיין בלויז די הויט-געשטאלט,

און ס'בליט און שטארבט, ווערט ניי און אלט,

וואס תמיד איז פאלקאם און פאלטיק,

וואס תמיד וועט זיין ווי געווען...


דען ס'האט קיין אלף און קיין תיו נישט,

עס האט קיין אנהויב און קיין סוף נישט,

און ס'האט קיין וואו נישט און קיין ווען...