שיקזאל
פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
שיקזאל (יאר: 1909)
אליין אויף ווייטע ימים,
א וואנדער-פויגל פליט,
און דורך דעם אויר-מדבר,
צום ווייטן אינזל ציט...
וואס ווייס דעם וואנדער-פויגל,
ווען ער אין וואלקען שוועבט,
פון ביסל זאמד וואס האט זיך,
אין פיסל אים פארקלעפט?...
אין ברוינעם זאמד פארבארגן,
א קערן איז פאראן,
און שמוגלט זיך אריבער
דעם ברייטן אקעאן...
דורך ווינט און שטורעם פלאטערט
דער קליינער פּיאנער;
דעם קערנ'ס גורל וואקעלט
אין רוים זיך הין און הער...
דער בראווער וואנדער-פויגל
געפינט זיין אינזל אויס,
דארט בויט ער אין פעלדז-שפאלט
זיין ארעם עלענד הויז,
און לעבט זיין איינזאם לעבן,
און אן א שפּור פארגייט,
דאך לויזגעברעקעלט האט זיך,
זיין אורח שטילערהייט...
און זויגט מיט הונגער-חשק,
די פרישע אינזל-ערד,
און פון קליינעם קערן,
א וואלד א גרויסער ווערט...