פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


דער גבול

מעגסט טויזענט לאנגע טעג און נעכט

זיך גראבן און זיך גריבלען אין דיין זינען,

די האנט וואס טרייבט דיך ווי א בלינדן קנעכט –

זי וועסטו מיט דיין פארשן נישט גפינען.


שווים דורך פון עק צו עק דעם ענגען טייך,

קען יעדע וועל, קען יעדן זאמד און שטיינדל,

ווער מלך אין דיין מילבן-קעניגרייך,

און פון דיין חכמה שמיד זיך אויס א קריינדל –


דאך רונד ארום דיר א פלעזן-בערג

און קיינמאל וועט דיין פוס דיך דארט נישט ברענגען,

דארט רוישט דער וואלד וואו ס'איז נישטא קיין שטעג,

וואו קיינמאל וועט דיין קליינע אויג נישט דרינגען...