פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


גאט זוכעניש (יאר: 1910)


צינד אן א טויזנט פאקלען,

און זוך און זיפ;

רוף ביז דיין קול ווערט הייזעריק,

און בלא דיין ליפ –


אומזיסט, אומזיסט...

דער רוים און וויסט.


צום הימל קוקסטו? ארעמער!

ער איז באנקארט...

די שטערן ציילסטו? וועט דארט נישט

דערזען דיין גאט...


נישט מי זיך מער,

דאך הער מיר, הער: –


דיין האנט וואס טאפט אין פענסטערניש

דאס איז דיין האנט,

דער פאקל וואס דו זוכסט מיט אים

דאס איז דיין בראנד...


און מיט זיין שטים

בלויז, רופסטו אים...


ער איז דער צווייפל, ווען דו טרינקסט

דעם ספק'ס גאל,

און ער – דאס אויג, וואס שמאכטענדיק

שפיאנט נאך א שטראל...


דיין גאט-באגער

אט דאס איז ער...