פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


א לעבנס-שיפל (יאר: 1906)


מיט זעגלען לוסטיק אויסגעשפּרייט,

מיט קאמפּאס ריכטיק אנגעשטעלט,

א לעבנס-שיפל איז ארויס,

און ים אוקינוס פון דער וועלט...


געלאכט צום בלאען הימל האט,

פון האפענונג דער שטאלצער מאסט,

איז שווער אראפּוואויגן האט

די רייכע אידעאלן-לאסט...


דאן האט דער שטורעם זיך צושפּילט,

דער הימל האט זיך שווארץ געהילט,

דער ים מיט ווילדן גרימצארן,

האט אויף דאס שיפל בייז געברילט...


ביז קרעכצענדיק און קראכענדיק,

דער הויכער מאסט געפאלן איז,

ביז אלע זעגלען האט צופליקט,

דער שד פון ווינט און פינסטערניש...


געראנגלט האס דאס שיפל זיך,

און ס'פאדערט אלץ דער ים-שד מער:

"גיב שיפל דיין פארמעגן מיר,

די אוצרות דיינע גיב אהער..."


און ס'שיפעלע, זיך דינגענדיק,

האט נאכאנאנד דעם ים געצאלט,

האט ביסלעכווייז אוועקגעגשענקט

דעם תהום, איר שאץ גאלד...


און ווען עס האט נישט מער געהאט –

און מאסט, און זעגל, ארעם, לער,

צושמעטערט האט דער שטורעם עס,

און איינגעשלונגען האט דאס מער...