פון ליפ צו ליפ
פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
פון ליפּ צו ליפּ (יאר: 1909)
זופּ אויס דיין בעכער און ענדיק דעם טראנק,
און גיך גיב דעם כוס צו אן אנדערן;
פון ליפּ צו ליפּ און פון מויל צו מויל,
זאל אייבעק דאס וויין-געפעס וואנדערן...
צי האט עס גיפט אין דיין הערצן געלאזט,
און דו ביסט אין פּיין פון דער גסיסה?
צי האט עס א דארשט אין דיין גומען צוברענגט,
און דו שמאכטסט נאך די טראנקען די זיסע?
עס פרעגט דיך נישט מער און עס קימערט זיך נישט –
דו האסט שוין דיין חלק געקריגט,
דאן וויין אדער לאך, דאן בענש אדער פלוך
דעם נעכטיקן טאג'ס פארגעניגען...
דרום זופּ פון דיין בעכער און ענדיק דעם געטראנק,
און גיך גיב דעם כוס צו אן אנדערן;
פון ליפּ צו ליפּ און פון מויל צו מויל,
זאל אייבעק דאס וויין-געפעס וואנדערן...