פּראָלאָג
פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
פּראָלאָג
ס'לעבן באשטייט נאר פון ליבע און גלויבן;
דער וועלכער האט זיין אמונה
אדער זיין ליבע באגראבן –
גייט אויף דער וועלט וו א בר-מינן אום נאר...
ס'ארבעטן פלייסיק די חושים ווי תמיד,
טעטיק רירן זיך די גלידער –
טויט אבער די נשמה,
און די ספורזשינעס פון הארצן – געגראבן...
ס'מינטערט נאך אפשר דער כח הדמיון,
ס'קיצעלט פילייכט דער זכרון;
פון די פארלאשענע קוילן
פלאקערן פונקען ארויס אויף א רגע –
ס'איז אבער נאר ווי די גוסס-באוועגונג,
פון א צעבראכענעם זייגער,
וועלכע פון טרייסלען צורירט זיך –
דרייט זיך א וויילע און שטעלט זיך אפ ווידער...