בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

תרומה

א. [1] האט גאט גערעדט מצו משה אזוי צו זאגן:
ב. דו משה רעד צו די קינדער ישראל און זיי זאלן נעמען פון מיינעטוועגן אן אפּשיידונג, (זיי זאלן אפשיידן פון זייער געלט א נדבה פון מיינעטוועגן, און פון דער נדבה זאל מען מאכן א משכן און אנדערע זאכן), פון איטלעכן מענטש וואס זיין הארץ וועט באויליקן, זאלט איר נעמען מיין אפשיידונג.
ג. און דאס איז די תּרומה וואס איר זאלט ביי זיי נעמען, גאלד, און זילבּער, און קופּער.
ד. און בלויען וואל, און פּורפּעלנעם וואל, און רויטן פאדעם, און ליינענעם פאדעם, און האר פון ציגן.
ה. און פעל פון ווידער וואס די פעל זענען רויט געפארבט, און פעל פון אזוי א חיה וואס הייסט תּחש, און טענענהאלץ.
ו. (איר זאלט נעמען קלארן און לויטערן) אייל פון איילבירט, עס זאל זיין אויף נר תמיד, (עס זאל ברענען אין דער מנורה), איר זאלט נעמען בשמים אריינגעבן אין דעם אייל וואס מען וועט מיט איר זאלבן די כלים פון דעם משכן, (און דער משכן זאל הייליק זיין), און געווירץ מען זאל מקטיר זיין (אלע אוונט און מארגן).
ז. (איר זאלט נעמען) צוויי אבנים טובות וואס ווערט גערופן שוהם, און (איר זאלט נעמען) צוועלף אנדערע אבנים טובות (וואס זייערע נעמען שטייט אין פרשת אתה תצוה), די שטיינער רופט דער פסוק אבני מלואים, (די אבני שוהם האט מען באדארפט) פון דעם אפוד, און (די אבני מלואים האט מען באדארפט) פון דעם חושן.
ח. און (פון דער תרומה וואס זיי וועלן אפּשיידן) זאלן זיי מאכן דעם משכן, און איך וועל רוען צווישן זיי.
ט. און דער משכן זאל געמאכט ווערן אזוי ווי איך ווייז דער דא אויף דעם בּארג סיני אויס (= פון דעם) פייער, דאס געשטאלט פון דעם משכן, און דאס געשטאלט פון אלע זיינע כּלים. אזוי זאלט איר מאכן. (ס)

י. און זיי זאלן מאכן א קאסטן פון טענענהאלץ, (און די מאס פון דעם ארון זאל זיין), צוויי איילן מיט א האלבער זיין לענג, און אנדערטהאלבן איילן זיין ברייט, און אנדערטהאלבן איילן זיין הויך.
יא. און זאלסט באדעקן דעם ארון מיט ריין גאלד, פון אינעווייניק און פון אויסנווייניק זאלסטו אים באדעקן, און דו זאלסט מאכן ארום דעם ארון א גאלדן קריינדל.
יב. און דו זאלסט גיסן פון דעם ארון וועגן פיר רינגען פון גאלד, און זאלסט געבן די רינגען אויף זיינע פיר ווינקלען, (איז דער פסוק מפורש:) צוויי רינגען (פון די פיר זאלסטו טאן) אויף איין זייט, און (די אנדערע) צוויי רינגען (זאלסטו טאן) אויף דער אנדערער זייט.
יג. און דו זאלסט מאכן שטאנגען פון טענענהאלץ, און זאלסט זיי באדעקן מיט גאלד.
יד. און דו זאלסט אריינבּרענגען די שטאנגען אין די רינגען אריין ביי די זייטן פון דעם ארון, צו טראגן דעם ארון מיט זיי (מיט די שטאנגען).
טו. די שטאנגען זאלן זיין (תּמיד) אין די רינגען, זיי זאלן נישט אפּגעטאן ווערן, (= אראפּגענועמען ווערן) (מען זאל קיין מאל נישט ארויסנעמען די בּדים) פון דעם ארון.
טז. און דו זאלסט געבּן אין דעם ארון די תּורה וואס איך גאט וועל צו דיר געבּן.
יז. און דו זאלסט מאכן א דעק (צום ארון) ריין גאלד, צוויי איילן מיט א האלבער זאל זיין איר לענג, און אנדערטהאלבן איילן זאל זיין ארי ברייט, (און די גרעב זאל זיין טפח).
יח. און דו זאלסט מאכן אזוי א געשטאלט ווי צוויי פויגלען פון גאלד, (נאר דאס גאשטאלט פון דעם פּנים איז געווען אזוי ווי פון א קינד), די פויגלען זאלסטו מאכן אויסגעקלאפּט פון בּיידע עקן פון דעם כּפּורת.
יט. איין כּרוב (פון די צוויי כּרובים) זאלסטו מאכן אין איין עק פון דעם כּפּורת, און דעם אנדערן כּרוב (זאלסטו מאכן) אין דעם אנדערן עק כּפּורת, פון דעם כּפּורת אליין זאלט איר מאכן די כּרובים אויף בּיידע עקן.
כ. און די פליגלען פון די כּרובים זאלן זיין פארשפּרייט אין דער הויך (גלייך מיט זייערע קעפּ), זיי זאלן באדעקן מיט די פליגלען איבער דעם כּפּורת, און זייער פנים זאל זיין איינער אקעגן אנדערן, צום כּפּורת זאל זיין דאס פּנים פון די כּרובים.
כא. און דו זאלסט געבן דעם כּפּורת אוף דעם ארון פון אויבּן, (נאר איידער דו וועסט ארויפלייגן דעם כפורת אויף דעם ארון), זאלסטו (פריער) אריינלייגן אין דעם ארון די תּורה וואס איך וועל צו דיר געבן.
כב. און איך וועל באשטימען צייט צו רעדן מיט דיר דארטן, (דארטן וועט זיין דאס ארט איך זאל מיט דיר רעדן ווי עס שטייט ווייטער אין פּסוק), און איך וועל מיט דיר רעדן פון דעם כּפּורת פון צווישן די צוויי כּרובים וואס (דער כּפּורת ליגט) אויף דעם ארון וואס די תּורה ליגט אין אים, (וואס וועל איך מיט דיר רעדן?) אלצדינג וואס איך וועל דיך געבּאטן צו די ישראל. (פ)

דער שולחן לויטן בית יהודה

כג. און דו זאלסט מאכן א טיש פון טענענבוים, צוויי איילן זיין לענג, און איין אייל זאל זיין זיין ברייט, און אנדערטהאלבן איילן זיין הויך.
כד. און דו זאלסט באדעקן אים מיט ריין גאלד, און דו זאלסט מאכן צום טיש א גאלדן קריינדל ארום.
כה. און דו זאלסט מאכן צום טיש א לייסט, די הויך פון דעם לייסט זאל זיין א טפח ארום, און דו זאלסט מאכן גאלדן קריינדל צום לייסט ארום.
כו. און דו זאלסט מאכן צום טיש פיר רינגען פון גאלד, און דו זאלסט געבן די רינגען אויף די פיר ווינקלען וואס ביי די פיס (דאס מיינט מען: ביי די פיר פיס פון שטאלן[2] (= זיילן).
כז. אקעגן דעם ווינקעל וואס די לייסטן הייבן זיך דארטן אן, זאלן זיין די רינגען צו הייזער צו די שטאנגען, (מען זאל אריינטאן אין די רינגען די שטאנגען), צו טראגן מיט די שטאנגען דעם טיש.
כח. און דו זאלסט מאכן די שטאנגען פון טענענבוים, און דו זאלסט באדעקן זיי מיט גאלד, און וועט געטראגן ווערן מיט די שטאנגען דעם טיש.
כט. און דו זאלסט מאכן זיינע שיסלען, (די פארם וואס באקט אין אים דעם לחם הפּנים), און זיינע לפעלעך, און זיינע האלבע רערלעך, און זיין ריין געפעס[3], וואס מיט די האלבע רערלעך ווערט דער לחם הפנים באדעקט, זאלסטו דאס אלץ מאכן פון ריין גאלד.
ל. און דו זאלסט געבן אויף דעם טיש דעם לחם הפּנים. דער לחם הפּנים זאל תּמיד ליגן אויף דעם טיש פון איין שבת צום אנדערן, ווארום אויף איטלעכן שבת האט מען געבאקן אן אנדער לחם הפנים, ווי באלד מען האט דאס אראפּגענומען האט מען תיכף אנדערש ארויפגעלייגט. (פ)

לא. און דו זאלסט מאכן א מנורה פון ריין גאלד, געשלאגן[4] זאל געטאן ווערן די מנורה, (די מנורה זאל געמאכט ווערן פון איין שטיק גאלד), איר פוס, און איר רער, אירע בעכערס , אירע קנעפּ, אירע רייזלעך (= בלומלעך), זאלן זיין פון דעם אייגענעם (= זעלבן) שטיק גאלד.
לב. און זעקס רערן זאלן ארויסגיין פון אירע זייטן, דריי רערן פון דער מנורה פון איר איין זייט, און די אנדערע דריי רערן פון דער מנורה פון איר אן אנדער זייט.
לג. דריי בעכערס געבלעך מאלט אין איין רער א קנאפּ און א רייזעלע (= בלומל), און דריי בעכערס געבלעך מאלט אין איין רער א קנאפּ און א רייזעלע. (אויף איטלעכער זאל זיין דריי בעכערס אין איין קנאפּ און איין רייזעלע), אזוי זאל זיין צו אלע זעקס רערן וואס גייען ארויס פון דער מנורה.
לד. און אין דער מיטעלסטער רער וואס דערפון גייען ארויס די זעקס רערן זאלן זיין פיר בעכערס, געבלעך מאלט. אירע קנעפּ און אירע רייזלעך.
לה. און א קנאפּ אונטער די צוויי רערן (פון דעם קנאפּ זאל ארויסגיין צוויי רערן, איינע פון דער זייט און איינע פון דער אנדערער זייט) פון איר (פון דעם אייגענעם (= זעלבן) שטיק גאלד), און א קנאפּ אונטער די צוויי רערן פון איר, און א קנאפּ אונטער די צוויי רערן פון איר, צו די זעקס רערן וואס גייען ארויס פון דער מנורה.
לו. זייערע קנעפּ און זייערע רערן פון דער מנורה (פון איין שטיק) זאלן זיי זיין. גאר געשלאגן פון איין שטיק ריין גאלד.
לז. און דו זאלסט מאכן אירע רערלעך זיבן. און ער זאל אנצינדן אירע לעכט, ער זאל מאכן לייכטן צו דער זייט פון איר פּנים, (צו דער מיטעלסטער רער).
לח. און אירע צווענגלעך און אירע פענדלעך (= קליינע לעפלך = שויוולן = שופלס), ריין גאלד.
לט. א צענטן ריין גאלד, (דאס גאנצע גאלד פון דער מנורה זאל זיין א כּכּר), זאל ער מאכן זי, מיט אלע די כּלים.
מ. און זע (ווי איך ווייז דיר דא אויף דעם בארג א פייערדיקע מנורה), און מאך אזוי ווי זייער געשטאלט וואס דו ווערסט געוויזן אויף בארג סיני.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. שטאמט פון דיישט Stalagmit. דהיינו: די פיר זיילן וואס אויף זיי איז געלעגן די רערלעך פון לחם הפּנים, און נישט די פיר פיס פון דעם טיש.
  3. און זיין ריין געפעס: אין פסוק שטייט קשותיו ומנקיותיו און אין רש"י ס'דא צוויי פירושים: א. אז קשותיו איז זיינע האלבע רערלעך וואס דער לחם הפנים איז געלעגן אויף זיין, און מנקיותיו איז די זיילן וואס אויף זיי איז געלעגן די רערלעך פון לחם הפּנים. ב. פארקערט אז קשותיו איז די זיילן וואס אויף זיי איז געלעגן די רערלעך פון לחם הפּנים, און מנקיותיו איז זיינע האלבע רערלעך וואס דער לחם הפנים איז געלעגן אויף זיין. און דער בית יהודה אין קשותיו האט געלערט ווי רש"י אין דעם ערשטן פירוש, און אין מנקיותיו ער האט געלערט נישט ווי די צוויי פירושים נאר אן אנדער פירוש. דעריבער טייטשט ער און זיין ריין געפעס, און דער טייטש געפעס איז אין דיישט כּלי, און אין יידיש איז כּלים סיסטעם, דהיינו די אנדערע ריינע כלים פון דער מנורה, און מען דאדף פארשטיין וואס מיינט ער? און וואס איז זיין מקור?
  4. געשלאגן זאל געטאן ווערן די מנורה: אין פסוק שטייט מקשה תעשה המנורה, דער טייטש פון מקשה איז איין שטיק, און דער ריכטיקער טייטש איז איין שטיק זאל געטאן ווערן די מנורה. נאר ווייל רש"י זאגט ווי אזוי מאכט מען די מנורה איין שטיק, מ'שלאגט אויף דעם גאלד מיט א האמער און מען מאכט אלץ פון איין שטיק עיי"ש, דעריבער טייטשט ער געשלאגן זאל געטאן ווערן די מנורה