בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת בא

א. [1]האט גאט געזאגט צו משה: נאך איין פלאג וועל איך ברענגען אויף פרעה און אויף די מצריים, דער נאך וועט ער אייך שיקן פון דאנען, גאר ער וועט אייך אלע ארויסשיקן, ער וועט אייך פארטרייבן פון דאנען.
ב. (האט גאט נאך געזאגט צו משה:) רעד איך בעט דיך, אין די אויערן פון דעם פאלק ישראל, זיי זאלן לייען איטלעכער מענטש פון זיי, פון זיין געזעל[2] וואס איז א מצרי, און א אשה זאל לייען פון איר געזעלענטע וואס איז א מצרית, (און וואס זאלן זיי לייען), זילבערנע כלים, און גאלדענע כלים.
ג. גאט האט געגעבן דעם פאלקס חן, (די ישראל האבן חן געהאט), אין די אויגן פון די מצריים, און דער מאן משה איז אויך זייער גרויס און חשוב אין לאנד מצרים, אין די אויגן פון די קנעכט פון פרעה, און אין די אויגן פון דעם פאלק. (ס)

ד. האט משה געזאגט צו פרעה: אזוי האט גאט געזאגט: אזוי ווי די נאכט וועט זיך צעטיילן, (עס וועט זיין א האלבע נאכט) , וועל איך ארויסגיין אין מצרים.
ה. עס וועט שטארבן אלע בכורים אין לאנד מצרים, פון בכור פרעה, דער וואס איז אנגעגרייט צו זיצן אויף זיין שטול, ביז דעם בכור פון דער דינסט וואס אונטער די מילשטיינער, און אלע בכורים פון די בהמות (וועלן איך פּייגערן).
ו. און עס וועט זיין א גרויס געשריי אין גאר דעם לאנד מצרים, וואס אזוי געשריי איז נאך נישט געווען, און עס וועט שוין אזוי א געשריי נישט זיין.
ז. און צו אלע קינדער פון ישראל, וועט נישט שארפן א הונט זיין צונג (צו בילן אויף די ישראל), סיי אויף מענשטן אדער אויך א בהמה (פון דער ישראל), דורך דעם וועט איר וויסן, אז גאט וועט אפּשיידן צווישן די מצריים און צווישן די ישראל.
ח. און זיי וועלן נידערן אלע דיינע קנעכט צו מיר, און וועלן זיך בוקן צו מיר, און וועלן מיר זאגן: גיי ארויס דו משה, און מיט גאר דעם פאלק ישראל, און דער נאך וועל איך ארויסגיין, איז משה ארויסגעגאנגען פון פרעה מיט גרויסן צארן. (ס)

ט. האט גאט געזאגט צו משה: פרעה וועט אייך נאך נישט צוהערן, ער זאל שיקן די ישראל, פון וועגן איך זאל מערן מיינע וואונדערס אין לאנד מצרים.
י. און משה און אהרן האבן געטאן אלע די וואונדערס פאר פרעה, און גאט האט געשטארקט דאס הארץ פון פרעה, און ער האט נישט געוואלט ארויסשיקן די קינדער ישראל פון זיין לאנד. (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגן אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. געזעל. דער בית יהודה טייטשט רעהו = געזעל, און רעותה = געזעלענטע. היינט מען ניצט פריינד אדער חבר אלס רעהו, און פריינדין אדער חברטע אלס רעותה. און געזעל מען ניצט אלס א לענרניינגל, א תלמיד וואס לערענט ביי עמעצן, צי א מלאכה, צו אויפצושטייגן עמעצן אין א זאך וואס עס איז אים שווער.