בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת וארא

א. [1] און גאט האט געזאגט צו משה: קום צו פרעה, און זאלסטו צו אים אזוי רעדן, אזוי האט געזאגט דער גאט פון די יידן, שיק מיין פאלק און לאזן זיי מיך דינען.
ב. ווארום (= ווייל) אז דו וועסט נישט שיקן, און דו וועסט זיי נאך האלטן,
ג. דער שלאק פון גאט וועט זיין אין דיינע בהמות וואס זענען אין פעלד, אין די פערד, אין די אייזלען, אין די קעמלען, אין די רינדער, און אין דער שאף, וועט זיין זייער א שווערער מארד[2].
ד. און גאט וועט צווישנשיידן צווישן די בהמות פון די ישראל און צווישן די בהמות פון די מצריים, און עס וועט נישט פּייגערן קיין בהמות פון די ישראל.
ה. און גאט האט געטאן א געשטעלטע צייט צו משה, ער זאל זאגן צו פרעה, מארגן וועט גאט זאן די זאך אין לאנד.
ו. האט גאט געטאן די זאך אין דעם אנדערן טאג, און עס איז איסגעפּייגערט אלע בהמות פון מצרים, און פון די בהמות פון די ישראל איז אפילו איינס נישט געפּייגערט.
ז. האט פרעה געשיקט (מען זאל זען די בהמות פון די ישראל, אויב זענען נישט אויסגעפּייגערט), האט מען געזען אז פון די בהמות פון די ישראל איז נישט געפייגערט אפילו איינס, און עס איז געווארן שווער דאס הארץ פון פרעה, און האט נישט געוואלט שיקן דאס פאלק. (פ)

ח. האט גאט געזאגט צו משה און צו אהרן: נעמט צו אייך אייערע גייפלען פול[3] (= פולע הויפנס) מיט אש (וואס ווערט אראפּגעבלאזן פון הייסער קוילן) פון א קאלכאויוון, און משה זאל ווארפן דעם אש צום הימל פאר די אויגן פון פרעה.
ט. און עס וועט זיין צו שטויב, (און עס וועט צעשפרייט ווערן) אויף דעם גאנצן לאנד מצרים, און עס וועט זיין אויך די מענשטן און אויף די בהמות צו גרונד[4] (= פּארך), וואס דורך דעם וועלן שפּראצן בלאטערס (= געשוויר), (דאס וועט זיין) אין דעם גאנצן לאנד מצרים.
י. און משה מיט אהרן האבן גענומען דעם אש פון דעם קאלכאויוון, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר פרעה, און משה האט דעם אש געווארפן צום הימל, און עס איז געווארן גרונד בלאטערס, עס האט געבליט אין די מענטשן און אין די בהמות.
יא. און די כישוף מאכערס האבן נישט געקאנט שטיין פאר משה, (זיי האבן זיך געשעמט), פון וועגן דעם גרונד (וואס אין זיי איז געווען), ווארום דער גרונד איז געווען ביי די כישוף מאכערס און אין אלע מצרים. יב. האט גאט געשטארקט דאס הארץ פון פרעה, און האט נישט צוגעהערט צו זיי, (און נישט געוואלט שיקן די ישראל), אזוי ווי גאט האט גערעדט צו משה, (אז ער וועט זיי נישט וועלן שיקן). (ס)

יג. האט גאט געזאגט צו משה: פעדער דיך אין דער פרי, און שטעל דיך פאר פרעה, און זאלסט צו אים זאגן: אזוי האט גאט געזאגט, דער גאט פון די יידן, שיק מיין פאלק, און זיי זאלן מיך דינען.
יד. ווארום (= ווייל) דאס מאל וועל איך שיקן אלע מיינע פּלאגן צו זיין הארץ, און אין דיינע קנעכט, און אין דיין פאלק, פון וועגן דו זאלסט וויסן אז עס איז נישט פארהאנדן אין דער גאנצער וועלט א גאט ווי איך בין.
טו. ווארום (= ווייל) אצונד (= יעצט) וואלט איך געשיקט מיין שלאק, און איך וואלט געשלאגן דיך, און דיין פאלק מיט מארד[5], (אז איך וואלט געוואלט בשעת איך האב געשלאגן די בהמות מיט דבר, וואלט איך דענסמאל דיך מיט דיין פאלק אויך געשלאגן מיט דבר), און דו וואלסט פארטיליגט געווארן פון דער ערד. טז. און פארוואר, פון דעסטוועגן האב איך דיך געלאזט שטיין און לעבן, פון וועגן איך זאל דיר ווייזן מיין קראפט, און דרום (= דעריבער), כדי מיין נאמען זאל דערציילט ווערן אויף דער גאנצער וועלט.
יז. נאך דו, דו טרעטסט (אדער דו האלטס) אין מיין פאלק, דאס דו ווילסט זיי נישט שיקן.
יח. איך וועל מאכן רעגענען אזוי ווי די צייט, מארגן, (אין דער צייט), א האגל זייער א שווערער, וואס איז נאך אזעלכע נישט געווען אין מצרים, פן דעם טאג אז זי איז געגרונט פעסטיקייט געווען, און ביז אהער.
יט. און אצונד שיק זאמל איין דיינע בהמות און אלץ וואס דו האסט אין פעלד. אלע מענטשן און בהמות וואס וועט געפונען ווערן אין פעלד, און עס וועט נישט אריינגעבראכט ווערן אין הויז, וועט נידערן אויף זיי דעם האגל, און זיי וועלן געטייט ווערן.
כ. (זאגט דער פסוק) דער וואס האט זיך געפארכטן פאר גאטס רייד, פון די קנעכט פון פרעה, (א טייל פון די קנעכט פון פרעה וואס האבן זיך געפארכטן פאר גאטס רייד) האבן געמאכט אנטלויפן זיינע קנעכט און זיינע בהמות אין די הייזער..
כא. און דער וואס האט נישט געטאן זיין הארץ אין גאטס רייד, האט ער געלאזט זיינע קנעכט מיט זיינע בהמות אין פעלד. (פ)

כב. האט גאט געזאגט צו משה: נייג דיין האנט צום הימל צו, און עס זאל זיין האגל אין גאר דעם לאנד מצרים, אויף די מענטשן און די בהמות, און אויף אלע גראזן (= גרעזער) פון דעם פעלד אין מצרים.
כג. האט משה גענייט זיין שטעקן קעגן דעם הימל, און גאט האט געגעבן דונערן און האגל, און עס איז געגאנגען פייער ביז צו דער ערד, און גאט האט געמאכט רעגענען האגל אויף דעם גאנצן לאנד מצרים.
כד. און עס איז געווען האגל, און פייער האט געפלאקערט צווישן דעם האגל. (דער האגל איז געווען) זייער שווער (און גרויס), וואס אזוי האגל איז נאך נישט געווען אין גאנצן לאנד מצרים, פון דענסטמאל אן, אז זי איז געווען צו א פאלק.
כה. און דער ברד האט אויסגעשלאגן אין גאנצן לאנד מצרים, אלץ וואס איז געווען אין פעלד פון מענטשן ביז בהמות, און גאר דאס גראז פון פעלד האט דער ברד דערשלאגן, און אלע ביימער פון דעם פעלד האט ער צעבראכן.
כו. נאר אין לאנד גושן וואס די ישראל האבן דארטן געוואוינט, איז קיין האגל נישט געווען. .
כז. האט פרעה געשיקט און האט גערופן צו משה און אהרן, און האט צו זיי געזאגט: איך האב דאס מאל געזינדיקט, גאט איז דער צדיק, און איך מיט מיין פאלק זענען מיר רשעים.
כח. (איר משה מיט אהרן) טוט בעטן צו גאט, און גענוג פון צו זיין דונערן און האגל, (עס איז שוין גענוג דונערן און האגל וואס איז געווען ביז אהער), און איך וועל אייך ארויסשיקן (פון מיין לאנד), און איר וועט מער נישט בלייבן שטיין (אין מיין לאנד).
כט. האט משה געזאגט צו אים: אז איך וועל ארויסגיין פון דער שטאט, וועל איך אויסשפּרייטן מיינע הענט, (און וועל תפילה טאן) צו גאט, די דונערן זאל פארמיטן ווערן, און דער האגל זאל שוין מעט נישט זיין, פון וועגן דו זאלסטו וויסן אז צו גאט געהערט די ערד.
ל. אבער איך ווייס אז דו מיט דיינע קנעכט טוט איר זיך נאך נישט פארכטן פאר גאט, (און אז דער האגל וועט אויפהערן, איר ווידער נישט וועלן שיקן די ישראל).
לא. און דער פלאקס און דער גערשט, איז צעבראכן מחמת דעם האגל, ווארום דער גערשט איז געווען צייטיק, און דער פלאקס איז געווען אין די שטעקלעך, (זענען זיי צעבראכן געווארן).
לב. און דער ווייץ און דער טונקעלע ווייץ (= רעטשקע = גריקע = הירזש) זענען נישט צעבראכן געווארן, ווארום (= ווייל) זיי זענען שפּעט געזייט געווארן, (זענען נאך נישט צייטיק געווען, און זענען געווען ווייך, און אז דער האגל איז אויף זיי געפאלן, האבן זיי זיך איינגעבויגן, אבער נישט צעבראכן געווארן).
לג. און משה איז ארויסגעגאנגען פון דער שטאט, האט ער פארשפּרייט זיינע הענט צו גאט, (און האט תפילה געטאן), און זיי זענען פארמיטן געווארן, די דונערן, און דער האגל, און דער רעגן האט נישט געגרייכט ביז דער ערד. (נאר זיי זענען געבליבן געהנאגען אין דער לופטן).
לד. האט פרעה געזען, אז ער האט פארמיטן דעם רעגן[6] און דעם האגל און די דונערן, האט ער געמערט צו זינדיקן, און האט שווער געמאכט זיין הארץ, ער און זיינע קנעכט.
לה. און עס איז שטארק געווארן דאס הארץ פון פרעה, און פרעה האט נישט געוואלט שיקן די קינדער פון ישראל, אזוי ווי גאט האט גערעדט דורך משה. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגן אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. מארד איז נישט דבר, מארד איז רֶצַח. און דבר איז פּלאג, פּעסט, עפּידימיע.
  3. גייפלען: דאס ווארט שטאמט פון דייטש Geizen, און דער טייטש פון דעם איז לקמוץ. אויך דעם פסוק וקמץ הכהן משם מלא קומצו, טייטש דעם בית יהודה: און ער זאל גייפלען פון דארטן זיין גייפל. אבער קען זיין אז לויט וואס מען רעדט אין גאס קומץ איז א פולע האנט ווי חופן, אבער בלשון תורה עס האט נישט קיין שייכות צו חפניים וואס שטייט אין פסוק דא, ווייל קומץ איז נאר מיט דריי פינגער, און חופניים איז פולע הענט, און דער טייטש פון חופן איז האנטפול, אדער הויפן. מלא חפניים = פולע הויפנס.
  4. גרונד: אינטרעסאנט פון וואנען שטאמט זיין טייטש אז שחין איז גרונד.
  5. גיב א קוק אין הערה 2.
  6. אז ער האט פארמיטן דעם רעגן: דהיינו אז גאט האט פארמיטן דעם רעגן. דער פּונקטלעכער טייטש איז: האט פרעה געזען, אז עס איז פארמיטן געווארן דעם רעגן.