בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת שמות

א. [1] און משה האט געפרעגט און האט געזאגט: אז די ישראל וועלן מיר נישט גלייבן, און וועלן נישט פארנעמען מיין קול, זיי וועלן זאגן צו מיר: גאט האט זיך צו דיר נישט באוויזן.
ב. האט גאט געזאגט צו משה: וואס איז דאס וואס דו האלטסט אין דיין האנט? האט משה געזאגט: א שטעקן.
ג. האט גאט געזאגט צו משה: ווארף דעם שטעקן צו דער ערד, האט משה אים געווארפן דעם שטעקן צו דער ערד, און ער איז געווארן א שלאנג, איז משה אנטלאפן פאר אים.
ד. און גאט האט געזאגט צו משה שטרעק אויס דיין האנט, און נעם אן דעם שלאנג ביי זיין וויידל, און ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, און האט אנגענומען אין אים, אן דער שלאנג איז געווארן א שטעקן אין דער האנט. (האט גאט געזאגט צו משה: דער צייכן זאלסטו ווייזן צו די ישראל).
ה. דרום (= דעריבער) וועלן זיי גלייבן אז דער גאט פון זייערע עלטערן האט זיך צו דיר באוויזן, דער גאט פון אברהם, דער גאט פון יצחק, און דער גאט פון יעקב.
ו. האט גאט נאך געזאגט צו משה: ברענג דיין האנט אין דיין שויס, האט משה געבראכט זיי האנט אין זיין שויס, און ער האט זי ווידער ארויסגעצוין, זי איז קרעציק געווארן, אזוי ווי שניי.
ז.און גאט האט ווידער געזאגט צו משה: קער ווידער דיין האנט אין דיין שויס, האט משה ווידער אריינגעטאן זיין האנט אין זיין שויס, און האט ווידער ארויסגעצויגן פון זיין שויס, זי איז ווידערגעקערט געווארן אזוי ווי זיין פלייש, (ריין אזוי ווי פריער).
ח. און עס וועט זיין, אויב זיי וועלן דיר נישט גלייבן, און זיי וועלן נישט פארנעמען דיין קול (אז דו וועסט זיין ווייזן), דעם ערשטן צייכן, וועלן זיי גלייבן צו דיין קול (אז דו וועסט זיי ווייזן), דעם אונטערשטן צייכן.
ט. און עס וועט זיין, אז זיי וועלן נישט גלייבן צו די צוויי צייכנס אויך, און וועלן נישט פארנעמען דיין קול, און דו זאלסט נעמען פון דעם וואסער פון דעם טייך, און דו זאלסט גיסן אויף דעם טרוקעניש, און זיי וועלן זיין דאס וואסער וואס דו וועסט נעמען פון דעם טייך נילוס, און זיי וועלן זיין צו בלוט אויך דעם טרוקעניש.
י. און משה האט געזאגט צו גאט: איך בעט דיך מיין האר, איך בין דאך קיין רעדער מענטש נישט געווען, אויך פון נעכטן, אויך פון אייערנעכטן, אויך פון דענסטמאל אן דיין טאן רעדן צו דיין קנעכט, (ווייסטו דאך וואויל), אז א שווער צונג בין איך, (ווי אזוי שיקט זיך איך זאל רעדן מיט א מלך).
יא. גאט האט געזאגט צו אים: ווער האט געטאן א מויל צו א מענטש, אדער וועט מאכט איינס שטום, אדער טויב, אדער זעענדיק, אדער בלינד, פארוואר איך גאט האב דאס אלץ געטאן.
יב. און א צינדער (= א צינד) גיי צו פרעה, און איך וועל זיין מיט דיין מויל, און איך וועל דיך לערנען וואס דא זאלסט רעדן.
יג. האט משה געזאגט: איך בעט דיך מיין האר, שיק דורך וועמען דו ווילסט, (נאר נישט דורך מיר).
יד. און עס האט געגרימט גאטס צארן אויף משה, און האט אזוי געזאגט: פארוואר דיין ברודער אהרן דער לוי, איך ווייס אז ער קאן רעדן, און אויך ער וועט ארויסגיין אקעגן דיר, און אז ער וועט דיך זען, וועט ער זיך פרייען אין הארץ.
טו. און דו זאלסט רעדן צו אים, און דו זאלסט טאן אין זיין מויל די רייד (וואס איך וועל צו דיר רעדן), און איך וועל זיין מיט דיין מויל און מיט זיין מויל, און איך וועל אייך לערנען וואס איר זאלט טאן.
טז. און ער וועט רעדן פון דיינעטוועגן צום פאלק (וואס דו וועסט באדארפן רעדן), און ער וועט זיין צו דיר א פארשפּרעכער (= דערקלאַמטאָר[2]), און דו וועסט זיין צו אים צו א האר.
יז. און דער שטעקן זאלסטו נעמען אין דיין האנט, וואס דו זאלסט מיט אים טאן די צייכנס. (פ)

יח. און משה איז געגאנגען, און ער האט זיך אומגעקערט (פון דעם בארג חורב), צו זיין שווער יתרו, (ער זאל אים צוריקגעבן די שעפּסן וואס ער האט געפיטערט). און משה האט געזאגט צו יתרו: איך וועל גיין, איך בעט דיך, און איך וועל מיך ווידערקערן צו מיינע ברידער וואס זענען אין מצרים, און איך וועל זען אויס זיי לעבן נאך. האט יתרו געזאגט צו משה: גיי צו פרידן.
יט. האט גאט געזאגט צו משה אין מדין: גיי, קער ווידער אין מצרים, ווארום (= ווייל) זיי זענען געשטארבן אלע מענטשן וואס האבן געוואלט מען זאל דיך הרגענען.
כ. האט משה גענומען זיין ווייב מיט זיינע זין, און האט זיי געמאכט רייטן אויף אן אייזל, און האט אומגעקערט צום לאנד מצרים, און משה האט גענומען גאטס שטעקן אין זיין האנט.
כא. און גאט האט געזאגט צו משה: אז דו וועסט צוריקגיין אין מצרים, זע, אלע וואונדער וואס איך האב געטאן אין דיין האנט, זאלסטו זיי טאן פאר פרעה, (און זאלסט קיין מורא נישט האבן), און איך גאט וועל שטארקן זיין הארץ, און ער וועט נישט שיקן דאס פאלק.
כב. (אז דו וועסט פארשטיין אז זיין הארץ איז שטארק, און ער וויל זיי נישט שיקן), זאלסטו צו פרעה אזוי זאגן: אזוי האט גאט געזאגט: מיין זון, (מיין עלצטער) איז ישראל.
כג. און איך טו דיר זאגן פון גאטס וועגן: שיק מיין זון, און לאז ער מיך דינען, (און אז דו וועסט נישט וועלן שיקן אים), זאג איך דיר: וועל איך הרגענען דיין עלצטן זון, (דאס איז מכות בכורות).
כד.און אז משה איז שוין געווען אין וועג (אויף א נאכט-לעגער (= געלעגער), האט אים באגעגענט א מלאך פן גאט, און האט אים געוואלט הרגענען.
כה. האט צפּורה גענומען א שובר שטיין, און זי האט אפּגעשניטן די ערלה פון איר זון, און זי האט געווארפן צו זיינע פיס, און זי האט געזאגט (אויף איר זון): א בלוט שולדיקער פון מיין מאן ביסטו מיר.
כו. און דער מלאך האט אפּגעלאזט פון אים, (ער האט אים נישט גע'הרג'עט), דענצמאל האט זי געזאגט: מיין מאן איז שיער (= כמעט) גע'הרג'עט געווארן כדי ער זאל דיך מל זיין. (פ)

כז. האט גאט געזאגט צו אהרן: גיי אקעגן משה צו דער מדבר, איז אהרן געגאנגען, און ער האט אים באגעגענט ביי דעם בארג ווי גאט האט זיך צו אים באוויזן, און ער האט אים געקושט.
כח. האט משה געזאגט צו אהרן: אלע רייד וואס גאט האט צו אים גערעדט, און (דאס האט ער אים) אויך (דערציילט) וואס גאט האט אים געשיקט (אויסלייזן די ישראל), און אלע צייכנס וואס גאט האט אים געבאטן, (ער זאל טאן פאר די ישראל און פאר פרעה).
כט. איז געגאנגען משה מיט אהרן און האבן אייגעזאמלט אלע עלצטע פון די ישראל.
ל. האט אהרן גערעדט אלע רייד וואס גאט האט גערעדט צו משה, און ער האט געטאן אלע צייכנס פאר די אויגן פון דעם פאלק ישראל.
לא. האט דאס פאלק ישראל געגלייבּט אין גאטס רייד, און זיי האבּן געהערט אז גאט האט געדאכט (= געדענקט) די קינדער ישראל צו גוטן, און ער האט געזען זייער פּיין, (און וויל זיי אויסלייזן), האבן די ישראל געקניט און האבן זיך געבּוקט צו גאט.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. דאס ווארט פארשפּרעכר שטאמט פון דייטש Vorsprecher. און דער טייטש פון דעם איז: א מענטש וואס חזר'ט איבער רייד פון אן אנדער מענטש, אויף יידיש דערקלאַמטאָר. און דאס וואס איז געווען דא מיט משה און אהרן, אהרן האט איבערגע'חזר'ט וואס משה האט געזאגט. ער איז נישט געווען אן איבערזעצער, וואס זיצט איבער פון א שפראך צו א שפראך, נאר אן איבער'חזר'ער.