בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת משפטים

א. [1] (גאט האט געזאגט צו משה:) דאס זענען די דינים וואס דא זאלסט טאן (= לייגן) פאר די ישראל.
ב. אז דו וועסט קויפן א קנעכט וואס ער איז א יהודי, (איז דער דין:) זעקס יאר זאל דער קנעכט דינען (ביי דעם האר), און דאס זיבעטע יאר זאל ער פריי ארויסגיין אומזיסט.
ג. אז (= אויב) דער קנעכט איז אנגעקומען (צום האר) אליין (אן א ווייב), זאל ער ארויסגיין פריי (נאך זעקס יאר אויך) אן א ווייב. אז (= אויב) דער קנעכט האט א ווייב (א בת ישראל), זאל דאס ווייב אויך מיט אים ארויסגיין (ווען ער גייט פריי ארויס).
ד. אז (= אויב) דער האר וועט אים געבן (א שפחה כנענית פאר) א ווייב, און דאס ווייב וועט געבארן צו אים זין אדער טעכטער, (איז דער דין:) דאס ווייב (די שפחה) מיט אירע קינדער, זאל זיין צו איר האר, און ער זאל אליין פריי ארויסגיין (נאך זעקס יאר).
ה. און אז דער קנעכט וועט זאגן: איך האב ליב מיין האר און (איך האב ליב) מיין ווייב (די שפחה כנענית), און (איך האב ליב) מיינע קינדער (וואס איך האב מיט איר), איך וויל נישט פריי ארויסגיין.
ו. זאל דער האר גענענען דעם קנעכט צום בית דין, און ער זאל גענענען אים צו דער טיר אדער צו דעם ביישטידל, און דער האר זאל אים בויערן זיין (רעכטן) אויער מיט אן אל (צו דער טיר אבער נישט צו דער מזוזה[2]), און ער זאל דינען אים ביז יובל. (ס)

ז. און וועט א מענטש וועט פארקויפן זיין קליינע טאכטער פאר א דינסט, זאל זי נישט ארויסגיין פריי (פון איר האר) ווי עבדים כנענים גייען ארויס פריי, (מיט שן ועין).
ח. אויב די דינסט האט נישט חן ביי איר האר, ער זאל זי נעמען פאר א ווייב, זאל ער איר העלפן אז זי זאל זיך קאנען אויסלייזן, (און ארויסגיין פריי). צו א פרעמד פאלק טאר איר פאטער אדער איר האר נישט געוועלטיקן צו פארקויפן ווייל ער האט געפעלשט[3] אין איר. (אז (= אויב) דער האר וויל פעלשן אין איר און נישט נעמען זי פאר א ווייב, טאר ער זי נישט פארקויפן. און דער פאטער ווייל ער האט שוין געפעלשט אין איר, און האט זי פארקויפט צו דעם האר, ער זי נישט נאך א מאל פארקויפן).
ט. און אויב דער האט וועט זי אנגרייטן צו זיין זון (פאר א ווייב), אזוי ווי דער משפט איז ביי די טעכטער (פון די ישראל), זאל ער טאן צו דער דינסט (וואס ער האט זי גענומען פאר א ווייב).
י. און אויב ער וועט נעמען צו זיך נאך א ווייב, איר שפייז און איר קליידונג און איר ליבשאפט, זאל ער נישט מינערן (פון דער דינסט וואס ער האט זי גענומען פאר א ווייב).
יא. און אויב איר האט וועט איר אפילו איינס פון די דריי זאכן נישט טאן, (נישט ער וועט זי אליין נעמען פאר א ווייב, נישט זיין זון, און זי וועט נישט האבן זיך פאר עפּעס אויסצולייזן), זאל זי ארויסגיין פריי (פון דעם האר) אומזיסט און געלט. (זי גייט ארויס פריי מיט סימני נערות, אז זי ברענגט א צייכן אז זי איז אלט צוועלף יאר מיט א טאג). (ס)

יב. ווען איינער הרגעט א מענטש איז דער רוצח חייב מיתה.
יג. און ווען דער רוצח האט זיך נישט מכון געווען (אים צו הרגענען), און גאט האט אים געמאכט טרעפן צו זיין האנט, (דהיינו ער איז א שוגג און דער זאך), וועל איך צו דיר טאן אן ארט (אפילו אין דער מדבר), וואס (דער רוצח) זאל אהין אנטלויפן. (ס)

יד. און ווען א מענשט וועט זיך מכון זיין מיט ערמה אויף זיין געזעל (= חבר) צו הרגענען, פון מיין מזבח (ווען דער רוצח איז אפילו א כהן און וויל די עבודה טאן), זאלסטו אים נעמען צו טייטן. (ס)

טו. און ווען איינער שלאגט א זיין פאטער אדער זיין מוטער (און מאכט זיי א בייל), זאל ער געטייט ווערן (מיט חנק). (ס)

טז. און ווען איינער האט געגנבעט א מענשט און פארקויפט אים, (און עדות האבן אים געזען ביי אים איידער ער האט אים פארקויפט), זאל ער געטייט ווערן (מיט סקילה). (ס)

יז. און דער וואס פלוכט (= שעלט) זיין פאטער אדער זיין מוטער, זאל ער געטייט ווערן (מיט חנק). (ס)

יח. און ווען צוויי מענטשן וועלן זיך קריגן, און א מענטש וועט שלאגן זיין געזעל (= חבר), מיט א שטיין אדער מיט א פויסט (= באקס[4]), און ער וועט נישט שטארבן, נאר ער וועט קראנק ווערן, (איז דער דין: מען זאל דעם וואס האט געשלאגן נעמען אין דער תפיסה אריין).
יט. אויב דער וואס איז געשלאגן געווארן וועט אויפשטיין (פון דעם קרענק) און וועט גיין אויף דער גאס אויף זיין אונטערלענונג, דער וואס האט געשלאגן זאל מען אים ארויסלאזן פון דער תפיסה, נאר וואס דער געשלאגענער זיצט ליידיק און קאן קיין מלאכה נישט טאן מחמת שלאפקייט (= שוואכקייט), מוז ער אים באצאלן, און מוז באצאלן דעם רופא פאר דעם היילן. (ס)

כ. און ווען א מענטש וועט שלאגן זיין קנעכט, אדער זיין דינסט (וואס זענען כנענים), מיט (אזוי) א רוט (וואס מען קאן מיט איר ממית זיין), און דער קנעכט אדער די דינסט וועט שטארבן אונטער זיין האנט, זאל דער האר געטייט ווערן (מיט א שווערד).
כא אבער ווען דער קנעכט אדער די דינסט וועט לעבן נאך דעם שלאגן א מעת לעת, זאל דער האר נישט געשטראפט ווערן, ווייל (דער קנעכט) איז געקויפט געווארן פון זיין גלעט. (ס)

כב. און ווען צוויי מענטשן וועלן זיך קריגן, און איינער פון זיי וועט שטויסן אן אשה מעוברת שלא בכוונה, און זי וועט מפּיל זיין אירע קינדער מחמת דעם, און די אשה איז נישט געשטארבן, זאל דער מענטש געשטראפט ווערן (מיט געלט צו באצאלן צו איר מאן פאר די קינדער), אויב דער מאן וועט מאנען ביי דעם שלעגער פאר די קינדער, (זאל דער וואס האט געשלאגן געבן געלט פאר די קינדער) דורך די דיינים, (וויפל די דיינים וועלן פּסקענען).
כג. אויב די אשה וועט שטארבן (דורך דעם שטויסן), זאלסטו געבן א נפש פאר א נפש.
כד. ווען איינער האט דעם אנדערן אן אויג אויסגעשלאגן, זאל מען אים שאצן וויפל ער איז וועלוועלער (= ביליקער) געווארן אן דעם אויג, אזוי מוז ער אים באצאלן, א צאן פאר א צאן, א האנט פאר א האנט, א פוס פאר א פוס, (זאל מען שאצן ווי פריער שטייט).
כה. ווען איינער האט דעם אנדערן א ברי געטאן, זאל מען שאצן וויפל א מענטש זיין גלייכן, וואלט געוואלט נעמען געצאלט ער זאל זיך לאזן אזוי א צער טאן, מוז ער אים אזוי פיל באצאלן, א וואונד פאר א וואונד, א בייל פאר א בייל. (ס)

כו. און ווען א מענטש וועט אויסשלאגן אן אויג פון זיין עבד (כנעני), אדער אן אויג פון זיין שפחה (כנענית), און ער וועט דאס אויג פארדארבן, זאל ער אים פריי ארויסשיקן פאר זיין אויג.
כז. און אויב ער וועט מאכן ארויספאלן א צאן פון זיין עבד (כנעני) אדער פון זיין שפחה (כנענית) , זאל ער אים פריי ארויסשיקן פאן זיין צאן. (פ)

כח. ווען א אקס (אדער אן אנדער בהמה) וועט שויסן א מענטש א זכר אדער א נקבה און דער מענטש וועט שטארבן, זאל דעם אקס פארשטיינט ווערן און עס זאל נישט געגעסן ווערן זיין פלייש, און דער בעל הבית פון דעם אקס איז ריין (פון אן עונש).
כט. און אויב איז אזוי אן אקס וואס ער איז געוואוינט צו שטויסן מענטשן, פון נעכטן און פון פאר נעכטן, און מען האט מתרה געווען מיט עדות דער בעל הבית, (ער זאל דעם אקס היטן), און ער וועט אים נישט היטן, און ער וועט טייטן א מאן אדער אן אשה, זאל דער אקס פארשטיינט ווערן, און דער בעל הבית פון דעם אקס וועט געטייט ווערן (בידי שמים).
ל. און בית דין זאל אים מחייב זיין צו געבן אויסלייז געלט, און ער זאל געבן די אויסלייזונג פון זיין לייב, אלץ ווי בית דין וועט שאצן אויף אים.
לא. און אפילו ער וועט שטויסן א קליין קינד, א זכר אדער א נקבה, אזוי ווי דער משפט וואס פריער איז געשטאנען, זאל געטאן ווערן צו אים.
לב. און אויב דער אקס וועט שטויסן א קנעכט אדער א דינסט (וואס זענען כנענים), זאל דער בעל הבית פון דעם אקס געבן דרייסיק זילבערנע שקלים צו דעם האר פון דעם קנעכט, און ער אקס זאל פארשטיינט ווערן. (ס)

לג. און ווען א מענטש וועט אויפדעקן א גרוב (אין גאס וואס איז געווען צוגעדעקט), אדער ווען א מענטש וועט גראבן א גרוב (אין גאס), און ער וועט נישט צודעקן אים, און עס וועט דארטן אריינפאלן אן אקס אדער אן אייזל, (אדער אן אנדער בהמה, און וועלן געהרגעט ווערן).
לד. דער מענטש וואס האט געגראבן דעם גרוב אדער וואס האט אויפגעדעקט דעם גרוב, זאל באצאלן געלט פאר דעם אקס, זאל ער אומקערן[5] צו זיין בעל הבית, און דער געהרגעטער אקס זאל זיין צו אים, (צו ניזק). (ס)

לה. און ווען אן אקס פון א מענטשן וועט שטויסן אן אקס פון זיין חבר, און דער געשטויסענער אקס איז געהרגעט געווארן, (און די צוויי אקסן זענען גלייך ווערט געווען, און דער אקס האט נאך קיין דריי מאל נישט געשטויסן איז דער דין אזוי:) זאלן זיי פארקויפן דעם לעבעדיקן אקס, און (די צוויי בעלי בתים) זאלן זיך צעטיילן מיט דעם געלט, און דעם טויטן אקס (זאל מען אויך פארקויפן, און) זאלן זיך אויך צעטיילן (מיט דעם געלט).
לו. אבער אז עס איז געוואויר געווארן אז דער אקס איז געוויינט צו שטויסן פון נעכטן און פון פאר נעכטן, און היינט האט ער געשטויסן דאס דריטע מאל, ווייל דער בעל הבית פון דעם אקס האט אים נישט געהיט. מוז ער באצאלן דעם גאנצן שאדן, אן אקס פאר אן אקס, און דער געהרגעטער אקס זאל זיין צו אים. (זאל געשאצט ווערן אין געלט צו דעם בעל הבית פון דעם אקס, און דעם מותרות היזק מוז ער אים באצאלן). (ס)

לז. ווען א מענטש וועט גנבענען אן אקס אדער א לעמל, און ער וועט אים קוילן אדער ער וועט אים פארקויפן לעבעדיקערהייט, זאל דער גנב באצאלן פינף רינדער פאר דעם אקס, און פיר שאף זאל ער באצאלן פאר דעם לעמעלע.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. צו דער טיר אבער נישט צו דער מזוזה: און פארוואס שטייט אין פסוק מזוזה אויב מען בויערט אים נישט צו דער מזוזה? עיין רש"י.
  3. ער האט געפעלשט: היינט מען זאגט לבגוד: ווידערשפּעניקן, אדער פארעטן.
  4. פויסט (= באקס): למעשה פויסט איז נישט באקס, פויסט איז: די איינגעבייגענע האנטפלאך מיט די פינגערס צוזאמען, הייסט דאס פויסט. און באקס איז: די פעולה צו פארמאכן די פינגערס. למשל: משה האט געמאכט א באקס, און איז געווארן א פויסט, דהיינו ער האט פארמאכט די פינגערס צוזאמען, און איז געווארן פון דעם א פויסט.
  5. זאל ער אומקערן: די ווערטער לכאורה איבעריקע.