חומש בית יהודה שמות כ
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ
|
---|
פרשת יתרוא. [1] האט גאט גערעדט גאר די רייד (די אלע עשרת הדברים), אזוי צו זאגן. (ס) ב. אין בין גאט דיין גאט, וואס האט דיך אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן = ארויסגענועמן) פון דעם לאנד מצרים, פון דעם הויז פון (פרעה, וואס איר זענט געווען צו אים) קנעכט. ז. דו זאלסט נישט שווערן ביי דעם נאמען פון דיין גאט צו אומזיסט, ווארום גאט איז נישט מוחל דעם וואס ער שווערט ביי זיין נאמען אומזיסט. (פ) ח. געדענק דעם טאג פון שבת, צו הייליקן אים. יב. דו זאלסט ערלעך האלטן דיין פאטער און דיין מוטער, (אז דו זאלסט זיי ערלעך האלטן) וועלן דערלענגערט ווערן דיינע טעג, (דו וועסט לאנג לעבן) אויף דער ערד וואס גאט דיין גאט וועט דיר געבן. (ס) יג. דו זאלסט נישט הרגענען (א מענטש). (ס) דו זאלסט נישט מזנה זיין (מיט א פרעמדע פרוי). (ס) דו זאלסט נישט גנגענען (א מענטש און פארקויפן אים). (ס) דו זאלסט נישט עדות זאגן צו דיין חבר א פאלש עדות. (ס) יד. דו זאלסט נישט גלוסטן דיין חברס הויז. (ס) דו זאלסט נישט גלוסטן דיין חברס ווייב, און זיין קנעכט, און זיין דינסטמויד, און זיין אקס, און זיי אייזל, און אלע זאכן וואס דיין חבר האט (טארסטו נישט גלוסטן). (פ) טו. און גאר דאס פאלק האבן געזען די קולות (פון גאט ב"ה), און די פלאקערן און דאס קול שופר (האבן זיי אויך געזען), און דעם בארג ווי ער האט זיך גערייכרט. האט דאס פאלק געזען, און זיי זענען פארוואגלט געווארן, (כלומר זיי האבן זיך דערשראקן), און זיי האבן זיך געשטעלט פון ווייטן. יט. האט גאט גאזאגט צו משה: אזוי זאלסטו זאגן צו די קינדער ישראל, איר האט דאך אליין געזען אז איך האב מיט אייך אליין גערעדט פון דעם הימל, דרום זאג איך אייך: |
ביאורי פסוקים
הערות שוליים
- ↑ די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
- ↑ מוז מען צו שפּאנען די פיס: ער מייט צו פארברייטערן די טריט, און צו פארגערעסערן דעם רוים צווישן די פיס. און דער ריכטיקער טייטש איז צעעפענען, ווייל שפּאנען איז צו גיין א טריט נאך א טריט. (לפסוע אין לש"ק). אה"נ ווען ער שפּאנט עס איז גורם אז זיינע פיס ווערן צעעפענט.