חומש בית יהודה שמות כב
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ
|
---|
פרשת משפטיםא. [1] אויב אין אן אונטערגראבן וועט געפונען ווערן דעם גנב, (ער האט זיך אונטערגעגראבן אונטער דעם בעל הבית הויז), און ער וועט געשלאגן ווערן פון דעם בעל הבית, און דער גנב וועט שטארבן, דארף מען נישט הרגענען דעם בעל הבית, (ווייל דער בעל הבית האט געמעגט הרגענען דעם גנב, און אויב דער בעל הבית האט אים נישט געהרגעט ,און דער גנב איז אנטלאפן מיט דער גניבה, דארף ער נישט באצאלן פאר דער גניבה, ווייל ער האט די גניבה קונה געווען מיט זיין לעבן). ב. אויב עס איז קלאר ווי די זון, אז דער גנב וואלט אים נישט געהרגעט, (דהיינו דער גנב איז א פאטער און דער זון האט אים געהרגעט), קומט דעם זון צו הרגענען, (און אויב דער זון האט אים נישט געהרגעט און דער פאטער איז אנטלאפן מיט דער גניבה), דארף ער באצאלן פאר דער גניבה, און אז ער האט נישט צו באצאלן, זאל ער פארקויפט ווערן, ער זאל קאנען באצאלן די גניבה. ד. ווען א מענטש וועט פארדארבן א פעלד אדער א וויין גארטן (פון זיין חבר דורך דעם וואס) ער וועט אהין פירן זיינע בהמות, (און דער שאדן איז איינס פון צוויי, אדער זיי האבן מיט די פיס צו טרעטן די תבואה, אדער זיי האבן אפּגעגעסן די תבואה) אין א פעלד פון אן אנדערן, (זאל מען שאצן דעם שאדן און אויב ער וויל עם געבן א שטיקל פעלד פאר זיין שאדן), זאל ער אים געבן פון זיין בעסט פעלד, אדער פון זיין בעסטן וויין גארטן. (ס) ה. ווען א פייער וועט ארויסגיין פון זיך זעלבערט (= זעלבסט), און עס וועט טרעפן דערנער (און זיי וועלן זיך אנצינדן), און עס וועט (דורך דעם) פארברענט ווערן א (פרעמדער) שייער מיט תבואה, אדער שטייענדיקע תבואה, אדער אן (געאקערט) פעלד, (און דורך דעם מוז מען עס נאך א מאל אקערן), מוז באצאלן דעם שאדן דער וואס האט דאס פייער אנגעצונדן, (און האט דאס נישט געהיט עס זאל קיין שאדן נישט זיין) (ס) . ו. ווען א מענטש וועט געבן צו זיין חבר געלט אדער כלים צו היטן, און (דער שומר זאגט) עס איז ביי אים געגנבעט געווארן, (איז דער דין:) אויב עס וועט געפונען ווערן דעם גנב, מוז דער גנב טאפּל צאלן (פאר דער גניבה צום בעל הבית וואס דער פיקדון איז זיינער). ט. ווען א מענטש וועט געבן צו זיין חבר, אן אייזל אדער אן אקס, אדער א לעמל, אדער אנדערע מיני בהמות צו היטן, און עס וועט פּייגערן (ביי דעם שומר), אדער עס וועט זיך אויסברעכן א פוס, אדער עס וועט געפאנגען ווערן, און קיינער וועט דאס נישט זען, (כלומר עס וועט נישט זיין קיין עדות דערויף). יג. און ווען א מענטש וועט לייען פון זיין חבר אן אקס אדער כלים, (ער זאל מיט זיי א מלאכה טאן), און דער אקס האט זיך אויסגעבראכן א פוס, אדער די כלים זענען צעבראכן געווארן, אדער דער אקס איז געפּייגערט. אז דער בעל הבית פון דעם אקס איז נישט געווען מיט דעם שואל (אין זיין מלאכה), מוז ער באצאלן (דעם בעל הבית פאר דעם שאדן). טו. און ווען איינער וועט איבעררעדן א בתולה, וואס זי איז נאך צו קיינעם נישט מקודש געווען, און וועט ליגן מיט איר, איז ער מחויב צו שרייבן איר א כתובה, און צו נעמען זי צו זיך פאר א ווייב. יז. א מכשפה זאלסטו נישט לאזן לעבן, (נאר זי זאל געטייט ווערן ביי דעם בית דין). יט. דער וואס שעכט א קרבן צו די כוכבים ומזלות, זאל פארוויסט ווערן, (ער איז חייב סקילה. דען מען טאר נישט שעכטן א קרבן) נאר צו גאט ב"ה אליין. כד. אויב דו זאלסט אנטלייען געלט צו מיין פאלק, (צו וועמען פון מיין פאלק?) צום ארעמאן, (און צו וועלכן אן ארעמאן?) וואס מיט דיר, (איז אין דיין שטאט, דעם באדארפסטו נייטיקער אנטלייען פון אן פרעמדן ארעמאן). און דו זאלסט נישט זיין צו אים ווי א מאנער (אויב דו ווייסט אז ער האט נישט, זאלסטו אים נישט מאנען, דו זאלסט אים נישט פארשעמען). דו זאלסט ביי אים נישט נעמען קיין רוחים. כז. גאט זאלסטו נישט לעסטערן, און דיינים זאלסטו אויך נישט לעסטערן, און א נשיא פון דיין פאלק ישראל זאלסטו נישט פלוכטן. |
ביאורי פסוקים
הערות שוליים
- ↑ די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
- ↑ וואס מען האט ביי אים באהאלטן: לויט דעם ענין מען דארף זאגן וואס מען האט אים געגעבן צו היטן.
- ↑ און עס איז פארלוירן געווארן: דהיינו דער שומר טענה'עט אז די זאך איז פארלוירן געווארן. מען לערנט דאס פון לשון על על אבידה, אז נישט דווקא אז דער שומר געטנה'עט אז די זאך איז געגנבעט געווארן, נאר אויך אז ער טענה'עט אז די זאך איז פארלוירן געווארן.