פסח זמן חרותינו הקדמה צו הלל צייטלין בריוו
פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן
הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה
פון די געדרוקטע (אין אויך פון די אנדערע בריף וועלכע איך וועל אי"ה, מפרסם זיין ביי א אנדערע געלעגנהייט), קען שוין דער לעזער האבן א שטיקל באגריף וועגן זיין לעבן, שיטה, בליק אין אידן און אידנטום, בכלל ובפרט.
(די אלע אריגינעלע בריף זיינען דא ביי מיר).
די פאטאגראפיע[1] גענומען אין יאר 1938, ווען איך בין געוועזן אין פוילן, באזוכט מיין טייערע עלטערן, ברידער, שוועסטער און זייערע פאמיליעס, הי"ד, האב איך באזוכט ווארשע, און געוועזן ביי ר' הלל צייטלין' הי"ד, מיט וועלכן איך בין געשטאנען אין פערזענלעכע און שריפטלעכע פארבינדונגען, וועגן פארשידענע אידישע פראבלעמען, פיל צענדליקער יארן.
וועגן דעם גרויסן באוואוסטן פאלקס-איד, דענקער, שרייבער, איז שוין פיל געשריבן און געדרוקט געווארן זיין לעבן, שאפן, ארט דענקען, זיינע מדות טובות און אהבת ישראל... איבערהויפט זיין לעבן אין דער ווארשעווער געטהע, ער איז געגאנגען צוזאמען מיט די ווארשאווער אידן זיין לעצטן וועג צו דעם גאז קראמעטאריום אין טרעבלינקע, מיט זוהר הקדוש אין דער האנד, אנגעטאן אין טלית און תפילין, גערופן דערביי צו נקמה אין די דייטשן, ימח שמם, ווען מען האט אים געוואלט ראטעווען האט ער ניט געוואלט, זאגנדיק, אז אזוי ווי ער האט געלעבט מיט די ווארשעווער אידן, וויל ער האבן די זכיה צו גיין מיט די דעם לעצטן וועג צו קדוש השם... (ד"ר. הלל זיידמאן, האט דאס באשריבן גענוי די איינצעלהייטן). תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, על כנפי השכינה.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ הרב יהושע שפעטמאן ר' הלל צייטלין, הי"ד וואס איז דא אין ספר, און מען קען נישט ארויפלאדן ווייל דאס בילד גאר קלאר נישט.