פסח זמן חרותינו בצאת ישראל ממצרים

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


בצאת ישראל ממצרים,
תפלה למשה - תפלת ישראל,
דער ערשטער גואל - פון גלות מצרים.
לכבוד פסח שנת בישראל חי וקים – תשי"ז, 1957

זייער פיל זיינען פאראן אגדות ארום משה רבנו, פון דעם ערשטן מאג פון זיין געבוירן ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן. זיין גאנצער לעבען און יעדער פרט באזונדער, איז א גרויסע קייט פון ליידן, טרויער! פאר צרות ישראל, מסירת נפש ואהבת ישראל. זיין פארבינדונג מיטן פאלק איז אונטער אלע אומשטענדן צו וואס א אידישער מנהיג וגואל דארף זיין, אימער גרייט. (משה היה מתוקן לגואל, תלמוד).

די געבורט פון משה רבנו איז שוין א סימבאל. ס'איז א סימבאל פון אומרואיקייט, נע-ונד זיין, עלענד, טרויער, געוויין, ליידן, פיין און נסים. ער ווערט געבוירן אין שרעק בעת א גזירה. ער ווערט אפגעלאזט אויף דעם וואסער, אויף דעם נילוס, וואס איז פול מיט גיפטיקע קראקאדילען שלאנגען, געשען א נס, און פרעה'ס טאכטער עפנט דאס קעסטעל, און דערזעט והנה הנער בוכה, דאס קינד וויינט... פארשטייט זי, אז מילדי העברים זה. א אידיש קינד, און נעמט אים צו דערציען. וואקסט ער אויף אין א קעניגלעכן פאלאץ. אבער דער אומרואיקער נביאישער געטלעכער נשמה-גייסט לאזט אים ניט רוען, און אין תוך תוכה של הנפש וויינט ער אויף דער טראגעדיע פון זיק פאלק. ער דענקט און קלערט, טראכט, פארשט, פאר וואס ווערט פארפאלגט זיין פאלק? פארוואס זיינען זיינע ברידער צו שאנד און שפאט, געווארפן אין די טייכן ווי הפקר? פאר וואס באדן זיך אלע מצורעים אין דעם בלוט פון זיין פאלק, פארוואס ווערן די אידישע קינדער פארוואנדלט אין ציגל צו אריינמויערן אין די ווענט פון פיתום ורעמסס, פאר וואס? פאר וואס? און ויצא אל אחיו גייט ער ארויס צו זיינע ברידער זען. . .

דעדזעט משה די ליידן און פיין, וואס די אויסערלעכע שונאים טוען זיי, ווי זיי ווערן באהאנדלט אין זייער לעבן, ווי זיי ארבעטן בחומר ובלבנים, מאראליש, גייסטיק, פיזיש, געזעלשאפטלעך, אונטערדריקט, אויך דערזעט ער די אינערלעכע פארדארבנקייט, מחלוקת ושנאת חנם. . . שני אנשים עברים נצים דאן עפנט זיך אויף פאר אים די גאנצע טרויעריקייט פון דער גלות-טדאגעדיע, די דתן ואבירם, די פאררעטער, בוגדים, פאלשע פירער, מוסרים, און ער פארשטייט שוין פאר וואס אידן ליידן. זאגט ער אכן נודע הדבר, אויב אזוי פארשטיי איך שוין. . . (עפ"י אגדות המדרש) דערפאר וואס ער האט שוין פארשטאנען האט ער געמוזט אנטלויפן, אפריכטן גלות, זיין אין דער מדבר, אבער אויך דארט רוט ניט זיין הארץ, נשמה, גייסט. ער טראכט, דענקט, פארשט, דערהויכט זיך ביז די העכסטע הויכקייט, און לאזט זיף אראפ צו דעם נידריקסטן, פון כסא הכבוד ביזן שאול תחתית, עולה ויורד (עפ"י מקובלים), און דערזעט דאס אייביקע געטלעכע בילד, הסנה בוער באש, דער דארן ברענט, אייביקייט, און ער דערהערט דעם געטלעכן רוף אהיה אשר אהיה. ס'איז די ערקלערונג פון דעם פראבלעם פון דער אייביקייט פאר דעם נביאים פאלק, די בני הנביאים, און דא באגרייפט ער די גרויסע ליידן און טרייסט פון דעם פאלק, דעם קלאגג פון נביאישן אחרית הימים, די חבלי משיח, מלחמות גוג ומגוג, תקות ונחמת הנביאים. און ער שאפט ביי זיך דעם יום שכלו שבת ומנוחה לחיי העולמים (ובזה יובן הרבה אגדות במדרשים ובספרי המקובלים והחסידות).

מיט דעם כח פון אהיה אשר אהיה גייט ער צוריק צו זיינע ברידער. ער ליידט גרויסע בזיונות און נסיונות פון זיי, מקוצר רוח ומעבודה קשה, און דאך מיטן כח פון גלויב פקוד יפקוד לייזט ער אויס דין פאלק פון מצרים, פירט די איבערן ים, און דאס פאלק זינדיקט אויפן ים - וימרו על ים בים סוף, וע' מדרשים - זיין הארץ ווייטיקט, ליידט, בלוטיקט, וואס נאך די אלע נסים, אנשטרענגונג, פון דער באפרייאונג, דאך האבן די אין זינען מיטצונעמען גלות בילדער - פסל מיכה עבר עמם בים - אסימילאציע גייסט. נאך א קורצע צייט, וואס ער גיט די א תורה מיט קולות וברקים וקול שופר, מאכט דאס פאלק אן עגל, א גאלדענע קאלב, און שרייט אלה אלהיך ישראל, מאכט דאס פאר א גאט. ער דערהערט ווי השם זאגט צו אים: דיין פאלק האט געזינדיקט, איד וועל זיי פארטיליקן. איז ויחל משה, תפלה למשה פון סיני ביז עבר הירדן, די ערשטע תפלות, די ערשטע תפלה אין מדבר סיני. . . ויחל משה, ויאמר למה - למה יאמרו מצרים לאמר, ברעה הוציאם להרג אותם בהרים, ולכלותם מעל פני האדמה - שוב מחרון אפיך והנחם על הרעה לעמך, זכור, לאברהם ליצחק ולישראל - אשר בשבעת - ארבה את זרעכם ככובי השמים, וכל הארץ הזאת אתן לזרעכם ונחלו לעלם. . . . - זע וואס די מצרים טראכטן וועגן אידישן פאלק, געדענק די שבועה וואס האסט געזאגט צו אברהם, יצחק, וישראל, אז זייערע קינדער וועלן זיין ווי די שטערן אין הימעל, און ארץ ישראל וועט באלאנגען צו די אויף אייביק.

האט משה געטון תפילה, געבעטן מיט גרוים אנשטרענגונג, און געזאגט שוב מחרון אפיך והנחם, נעם אוועק דיין צארן און האב רחמנות (ויחל עד שאחזו חלילה: מדרש). און ווען השם זאגט צו אים: איך וועל דיך מאכן פאר א גרויס פאלק מיט קינדער און אייניקלעך. . . און דאס זינדיקע פאלק וועל איך פארלענדען... זאגט משה, אז אויב פארלענדען דאס פאלק, מעק מיך אויך אויס. אן מיין פאלק, ווי זינדיק עם זאל נישט זיין, וויל איך נישט זיין אויף דער וועלט. מיט מיין פאלק וויל איך לעבן און שטארבן. אזוי טענה'ט ער ביז השם איז מוחל די אידן.

אזוי געשען אלע מאל: אין דער מדבר איז זיך משה מוסר נפש מיט גרויס אהבה ווי צו א אייגן קינד ליידט דער מנהיג מיטן פאלק, ביז עם געשען א גזרה, אז ער מוז שטארבן אין דער מדבר, און טאר ניט אריינקומען נאך ארץ ישראל. דאן קומט דין לעצטע תפילה אין טאג פון שטארבן. ווען ער זעט פון ווייטנס ארץ ישראל. די מנוחה פון זיין פאלק, איז די בקשה זיינע, די איינציקע תפילה צו גאט: יפקוד איש על העדה, זאל גאט געבן א מענטש, א מנהיג, א פירער פאר די אידן, וועלכער זאל די פירן און גיין פאר די, זאל ניט זיין דאס פאלק פון גאט ווי שאף וואס האבן ניט קיץ פאסטוך (פנחס, ולא תהיה עדת ד' כצאן אשר אין להם רועה, וע' במדרשים והבן), און בעט א גוטן ריכטיקן מנהיג, א פאסטוך. ניט זיין זון, ניט די אייניקלעך, נאר יהושע'ן, דעם געטרייען תלמיד. און אויך דאן זאגט ער די תוכחה, אלעס וואס וועט די טרעפען ביז באחרית הימים. . . דער טרויעריקער גלות, גזרות, צרות, ליידן, שמד, אויסראטונג. אלעס וואס דו וועסט אפארבעטן, אנזאמלען, וועט מען ביי דיר אפרויבן, דו וועסט זיין צו שאנד און שפאט ביי אלע, זין און טעכטער וועסטו האבן און די וועלן ניט זיין ביי דיר, די וועלן גיין אין געפענגגיש. . . ציטערן טאג און נאכט, און ניט גלויבן אין דיין לעבן, דיין הארץ וועט זיין דערשראקן, טרויער, אויסגעלאשענע אויגן, דערדריקטן גייסט. . . וועסט ווערן פארקויפט פאר קנעכט און דינסטן, ואין קונה. . . באיקאט. . . (תוכחה פ' תבא). און דאן די שירת האזינו, די לעצטע ווערטער, דאס בלוט פון מיינע אידן וועל איך מיך נוקם זיין, און וועל נעמען נקמה אין די שונאים. . . ביז דאס לעצטע טרייסט ווארט אין פ' וזאת הברכה! אשריך ישראל עם נושע בד' מגן עזרך, וואויל דיר אידיש פאלק, וואס דו ווערסט געהאלפן מיט דער געטלעכקייט, דיין הילף באשיצער. די לעצטע ווערטער פון טרייסט צום פאלק. און ווי די אגדה זאגט האט ער אויך דאן געזאגט די קאפיטלעך תהלים: תפלה למשה, יושב בסתר. אל נקמות. . . נקמות הופיע (עפ"י מדרשים שונאים והבן), און דאן האט ער מיט טרערן געשריבן וימת שם משה (משה כותב בדמע). געוויינט האבן אלע הימלען, מלאכים, שרים, די שכינה, דאס פאלק ישראל, און דער מנהיג אליין האט געוויינט, אז ער מוז זיך שיידן פון זיין פאלק. . . לעיני כל ישראל.

וואו נעמט מען איצט דעם אמתן מנהיג, דעם יעניקן וואס זאל זיך מוסר נפש זיין פאר אהבת ישראל, וואס זאל פילן טיף זייער ווייטיק און צער, די גלות טראגעדיע? ניט קיין ביזנעם אהבת ישראל, נאר מיט נשמה הארץ. . .

איצט, ווען עס איז מקוים געוואח די אמתע תוכחה, הונגער, פיין, טויט-שרעק, וואנדערונג, גייסטיקע פארשקלאפונג, שאנד און שפאט, גייםסטיקע מאראלישע את קערפערלעכע יסורים, דאס ניט גלויבן אין לעבן, באיקאט און פארשידענע אנשיקענישן, ומשלחת מלאכי רעים, ווען מען קען טאקע גערירט מערן פון דעם וואס מען זעט, איצט ווען עס איז די אמתע חבלי משיח, ומלחמת גוג ומגוג, ברויכען מיר היינט, מער ווי תמיד, די אמתע מנהיגים מיט מסירת נפש (נשמתא דמשה בכל דרא ודרא, מקובלים), די נשמה פון משה'ן איז אין אלע דורות. עס נויטיקט זיך איצט צו טון די אמתע תפלות, ניט קיין צערעמאניע תפלות, ניט קיין פראטעסטן, אפיציעלע זאגעכצען. . . נאר תפלות פון די טיפעניש פון הארץ, פון לב נשבר ונדכאה, תפלות וועלכע זאלן מאכן ציטערן הימלען, בערג, טאלן, פעלדער, וועלדער, פון דעם כסא הכבוד ביזן שאול תחתית, זאלן די אמתע פאלקם מנהיגים, הדואגים לשבר עמם ולבם נשבר לצרת עמם, וואס זארגען, בלוטיקן אויפן פאלקס אומגליק, זאלן זיי איצט זאגען.

תפלה למשה, די לעצטע תפלות, אין עבר הירדן, דעם לעצטן טאג פון זיין פטירה ז. אדר, די 11 קאפיטלעך ,על פי המסורה מן צ. עד ק"א, אמרם משה רבנו קודם מותו). פון קאפיטל תהלים 90 ביז 101 , פון תפלה למשה ביז ועד דר ודר אמנתו. . .

שובה ד' עד מתי והנחם על עבדיך, ווי לאנג נאךז האב שוין רחמנות אויף דיין פאלק... ,יושב בסתר - עמו אנכי בצרה, דו גאט וואס דו ביזט איצט ווי פארבארגען, בסתר. . . אונדזער טרייסט איז, אז די שכינה איז מיט אונז, אין אונדזער צרה. דאס אייביקע סנה בילד, צער און טרייסט, ואראהו בישועתי, צו זען אין מיין הילף. . . (ע' מדרש).

אל נקמות ד' אל נקמות, דו גאט פון נקמה, דערהויב דיך, דו וועלט-שופט, גיב אפ דעם עונש די בעלי גאוות, עד מתי רשעים? ווי לאנג נאך וועלן זיך די רשעים פרייען. דיין פאלק טוען די צושטויסן און פייניקן, ווער קען זיך שטעלן מיט די וואס טוען אונדז באשולדיקן. . . און צו זייער שלעכטס זאלסטו מאכן א סוף.

זאל זיך אין אונדז דערוועקן דער משה פונק, ניצוץ משה רבנו (ניצוץ נשמתא דמשה בכל אחד ואחד מישראל, מקובלים), דער נשמה פונק פון משה'ן איז אין יעדן איינציקן איד. עם איז כדאי צו באמערקן אז 592 מאל שטייט אין דער תורה דאס ווארט משה, און פונקט 592 מאל דאס ווארט ישראל. און אלע זאלן זיך פאראיעיקן מיט דעם אמת'ן אחדות ומסירת נפש פאר אהבת ישראל, אמת'ע פאלקסטימלעכע אהבת ישראל, גנביאישע אידישע פאלקס אהבה, דאן וועט מקוים ווערן די ווערטער וברעתם יצמיתם יצמיתם ד'.

אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי, ויהי נועם ד', עלינו, ומעשה ידינו כננהו. . .

לפני ה' כי בא, כי בא לשפוט הארץ. . . ישפוט בצדק ועמים באמנתו - במשרים.

בצאת ישראל ממצרים - תפלת ישראל - הלל, לאמיר זאגען די הגדה!. . . בצאת ישראל ממצרים. . . - למה יאמרו הגוים איה - אתהלך לפני ה׳ בארצות החיים - כל האדם כוזב - מן המצר קראתי יה - ואני אראה בשונאי - טוב לחסות בה', מבטוח באדם - בנדיבים - לא אמות כי אחיה - אנא ה' הושיעה נא.

שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך - ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו - ויהי בחצי הלילה - ואמרתם זבח פסח - תאור כאור יום חשכת לילה –

לשנה הבאה בירושלים! שיר השירים – אז ישיר משה ובני ישראל. . .