פסח זמן חרותינו געזונט העגיענע ריינקייט

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


געזונד, היגיענע, ריינקייט

- - נקיות מביא לידי טהרה - - לידי קדושה... (סוטה)

בראשית ברא - בראשית ברא. די תורה הויבט זיך אן מיט בראשית ברא די וועלטס שאפונג איז בראשית ברא, דאס ערשטע, מעז מוז זיין געזונד... נשמה בריאה בגוף בריא יתבא א געזונטע נשמה זיצט אין א געזונטן גוף.. (ספרי מקובלים)

די טייערסטע, וויכטיקסטע ערשטע זאך ביי דעם מענטש איז דאס געזונד, געזונד איז דאס גרעסטע עשירות, וואס דער מענטש פארמאגט.

- עשיר זיינען די ראשי תיבות, עינים, שנים, ידים, רגלים - דאס רייכטום פון, אויגן, ציין, הענד, פיס. אבער מען מוז וויסן און געדענקן, אז פיל צו דערהאלטן דאס געזונד, איז אפהענגיק פון ריינקייט, הגיענע. דאס איז דער יסוד פון געזונדהייט. ווי אזוי דער מנעטש האלט זיך היגיעניש ריין, אזוי ווירקט עס אויף זיין געזונד-צושטאנד. ווען א מענטש ווייסט ווי אפצוהיטן זיין קערפער צו האלטן תמיד דעם גוף אין ריינעם, היגיענישן צושטאנד, ווי ווייט מעגלעך, נישט צו בארירן קיץ אומריינע מיאוסע אנשטעקנדע זאכן און קעגנשטאנדן, אויף אזוי פיל היט ער זיין געזונד און מיידט אויס פיל קרענק און שלאפקייטן.

עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען אין דער אידישער תורה ווי אזוי, עס ווערט באטראבט דאס וויכטיקייט פון היטן דאס געזונד בכלל און דער ענין פון היגיענע און ריינקייט בפרט.

היטען דעם גוף איז א מצוה אין דער תורה. פיל מאל שטייט ושמרתם את נפשותיכם: ושמרתם מאד לנפשותיכם, רק השמד לך ושמור נפשך מאד, ויהי האדם לנפש חיה, נשמה שנתתי לף החיהו. (תענית כ"ב) איך האב דיר געגעבן א נשמה, זאלסטו זעען זי צו באלעבן און געזונד מאכן...

די פסוקים ווערן באטראכט פארן הויפט-יסוד פון דער מצוה פון געזונד היטן, שמירת הבריאות. פיל צווייגען גייען פון דעם ארויס.

עס איז באוואוסט אין תלמוד דאס ווערטל וועמען עס טוט וויי מוז גיין צו א דאקטאר (ב"ק מ"ו וע"ש), האלט טייער דעם דאקטאר איידער דו ברויכסט אים, (ירושלמי תענית פ"ג), ד. ה. היט דיין געזונד איידער דו דארפסט א רופא: א דאקטאר וואס היילט אומזיסט, האט נישט קיץ גרויסן ווערט, ד.ה. אז מען איז נישט געזונד זאל מען נישט קארגען קיין געלד און נישט וועלן כאפן קיין מציאות - ביליקע רפואות.

עס איז געווען א נאריש אבערגלויבן ווען א מענטש איז געווען קראנק האט מען נישט געשיקט נאך קיין דאקטאר און רפואות, זאגאר מען האט געהאלטן דאס פאר א פארברעכן. ווען א מענטש ווערט קראנק איז עס מן השמים, און א מענטש טאר נישט זיין קעגן גאט, מען מוז ווארטן ביז די רפואה וועט קומען פון הימל, איז אבער אין תלמוד ערקלערט די פאלשקייט פון אזא מיינונג, ורפא ירפא, מכאן שנתן רשות לרופא לרפאות (מכילתא דר"י) און עס ווערט ערקלערט פון תנאים ר' ישמעאל ור' עקיבא, דאס דער מענטש איז ווי א בוים, האדם עץ השדה, ווען מען פלעגט אים נישט, מען באוואסערט נישט, א. א. וו. ווערט ער פארדארט און שטארבט אפ, אזוי איז דער מענטש, אז מען היט נישט דאס געזונד, מען ברענגט נישט קיין דאקטאר קען ער נישט לעבן.

די מצוה פון ראטעווען א נפש איז זייער גרויס פקוח נפש איז גרעסער ווי שבת און ווי אלע מצוות לבד מע"ז ג"ע וש"ד (וע' בפוסקים והבן).

פקוח נפש איז א גרויסע מצוה, און ווי דער שבת איז הייליק און באשווערט מיט פיל דינים, חוקים וגזירות, אבער צו ראטעווען א נפש איז א מצוה, מחלל שבת צו זיין. אפילו דער קראנקער וויל נישט, אז מען זאל איבער אים מחלל שבת זיין, צווינגט מען אים, כופין אותו, און דאס איז א נארישע חסידות, חסידות של שטות. און עס איז א מצוה אז גראד פרומע און ערלעכע אידן זאלן מחלל שבת דין פאר א חולה , אפילו צו ראטעווען דעם קראנקענם לעבן אויף איין שעה. אפילו ספק וחיי שעה אחת, מוז מעז אייר מחלל שבת זיין (וע"ש הלשון בפוסקים והבן).

א זאך וואט שאדט צום געזונד טאר מען נישט עסן, און עס איז אן אויסדרוק חמירא סכנתא מאיסורא, א זאך וואס איז א סכנה איז הארבער ווי א איסור. - דעריבער איז די מעדיצין חכמה געווען שטארק אנטוויקלט ביי אידן פון גאר אלטע צייטן. אין תלמוד איז דא זייער פיל שטעלן וועגן רפואות און קרענק, דאס באווייזט די גרויסע פארשטענדעניש און מצוה, צו היטן דאס געזונד, לויט דער אידישער תורה.

עס איז אינטערעסאנט אז אין דער תפילה פון ראש חודש בענטשן, די זייער טראדיציאנעלע פאלקסטימלעכע תפילה (נוסח ספרד) איז די ענדע לרפואה שלמה ולגאולה קרובה, דער באגריף רפואה מיט דער אידישע גאולה איינס נעבן צווייטן.

עס איז כדאי צו וויסן, אז דער תנא ר' עקיבא וואט האט אויך געשטעלט דעם יסוד פון דער אידישער תורה, עטיק, אויפן ואהבת לרעך כמוך, האט געזאגט אז ווער עס איז נישט מבקר חולה, איז א רוצח, שופך דמים (נדרים מ"ח) און ער זעלבסט איז געקומען צו א עלענדן ארימען חולה, וועלכן קיינער האט נישט באזוכט. און ער האט צוגעקערט די שטוב, ריין געמאכט, האט דער קראנקער געזאגט! דו האסט מיך לעבעדיק געמאכט, ר׳ עקיבא האט אויך פארשטאנען אויסצוווארצלן די נארישע אבערגלויבענס פון מענטש אז מען ברויכט זיך נישט היטן און היילן, און אז דאס באלאנגט אלץ צו גאט: ער זאגט, אז דער מענטש מוז אליין היטן דין געזונד (מכילתא ברכות ובכ"מ).

אבער אזוי ווי עס איז א גרויסע מצוה צו היטן זיין געזונד, איז אויך א מצוה צו זען, אז אנדערע ארימע שוואכע קראנקע, עלענדע, פארלאזענע, זאלן אויך ווערן אפגעהיטן און קענען פארמיידן פון קראנק זיין.

עס איז דא אין תלמוד אן אויסדרוק: די טיר וואס איז נישט אפען פאר א ארימאן, איז אפען פאר א דאקטאר. צו העלפן ארימע, קראנקע שוואכע, עלענדע איז א גרויסע מצוה - צדקה תציל ממות.

אינטערעסאנט איז, אז דער רמב"ם אין זיין יד החזקה, נעמט צוזאמען הלכות רוצח ושמירת נפש, וואו ער גיט אנצוהערן, אז מען מוז היטן דאס געזונד, אז נישט איז מען אויף זיך זעלבסט א רוצח. און צו גלייך ווי ער רעדט וועגן די דינים, ווען מען איז א רוצח, ווען מען הרגעט א מענטש, שרייבט ער דארט אויך די דינים ווי אזוי א מענטש מוז היטן זיין לעבן און געזונד. אין הלכות דעות, נעמט ער צוזאמען די מאראלישע פאראנטווארטלעכקייטן און באציאונגען פון מענטש צו מענטש, אויך די היגיענישע געזונד באציאונגען פון מענטש צום אייגענעם קערפער און געזונד. מיר קענען מיט שטאלץ זאגן, אז עם איז ריכטיק ווי דער רמב"ם זאגט (הלכות דעות פרק ד' הלכה כ' כל המנהיג עצמו בדרכים אלו שהורינו, אני ערב לו שאינו בא לידי חולי' וכו'). ווער עם פירט זיך אין די וועגן ווי איד האב אנגעוויזן, בין איך צו אים פאראנטווארטלער, אז ער וועט נישט קומען צו קיין קרענק, אויסער אז ער האט א קראנקן גוף פון געבוירן א. א. וו.

אין תלמוד (חולין ק,ט) זאגט ר' יוחנן, אבא ממשפחת בריאים, אבל אנו, מי שיש לו פרוטה ירצה אצל חנוני' אמר ר' נחמן כגון אנו לוין ואוכלן. די פריערדיקע דורות זיינען געווען געזונד, אבער מיר, אז מען האט א פעני' זאל מען זען צו עסן און טרינקן. ר' נחמן זאגט, אז מען זאל בארגען און עסן, ווייל, דאס איז דער געדאנק, אז מען וועט זיין געזונד, וועט מען קענען ארבעטן און אפגעבן, אבער אז מען ווערט פארשלאפט, איז דאס ערגסטע. מען פאלט צו לאסט אויף מענטשן...

מיר געפינען פיל תנאים וועלכע האבן שטארק אפגעהיטן דאס געזונד. רב זאגט צו ר' חנינא! בני' מיין קינד, אז דו האסט, זאלסטו עסן און טרינקן, בני אם יש לך היטיב לך וכו' (עירובין נ"ד). ר' יהודה זאגט: חטוף ואכול חטוף ואכול. כאפט אריין כאפט אריין און עסט, ד. ה. עסט און היט דאס געזונד. אז מען האט א געזונטן גוף, איז אויך די נשמה געזונד, ווי עס זאגט דער רמב"ם (הלכ' דעות פרק ד, ה"א), הואיל וחיות הגוף בריא ושלם מרדכי השם הוא, שהרי אי אפשר שיבין או ידע דבר מידיעת הבורא והוא חולה לפיכך צריך אדם להרחיק עצמו מדברים המאבדין, ולהנהיג עצמו בדברים המברין והמחלימים, וכו. ווען דאס לעבן פון גוף איז א געזונטער און גאנצער איז עם דער וועג צו דער געטלעכקייט, ווארום עס איז נישט מעגלעך צו פארשטיין אדער צו וויסן א זאך פון דער געטלעכער וויסנשאפט, ווען מען איז קראנק. דעריבער ברויך זיך דער מעטנש דערווייטערן פון די זאכן וואט שאדענען דעם קערפער און זיך איינגעוואוינען מיט די זאכן, וואם מאכן אים געזונד און שטארק...

דוק בשנא ותמצא ברגלא (שבת ק,י), גיט אכטונג אויף די ציין וועסטו געפינען אין די פיס, בל תשחית דגופא עדיף (שבת ק"מ), מען טאר דעם גוף נישט פארדארבן.

פון דעם הויפט יסוד שמירת הבריאות גייען ארויס פיל דינים, וואס נעמען ארום די גאנצע פירונג פון מענטש אין אלע ענינים און אלע געלעגנהייטן. פיל צענדליק ערטער אין דער תורה און אין תלמוד דינען דא וואס זיינען דער יסוד, דאס אפהיטן דעם מענטשענ'ס געזונד און היגיענע ריינקייט. די פארשידענע דינים פון נבלה טרפה. מאכל כשר, טומאה וטהרה, ריינקייט און אומריינקייט פון קעגנשטאנדן און דאס אידישע פאמיליען לעבן.. און הנהגת האדם, דאס אלטעגלעכע לעבן פון מענטשן, דאס גייען, שטייען, זיצן, אנטאן, שלאפן, אטעמען, וואוינען א. א. וו., מיט וואס ס'איז פול די אידישע תורה, דינען א שטארקער פאנצער צו פארהיטן דאס געזונד און ריינקייט פון מענטש-יוד, (ע' רמב"ם מורה נבוכים חלק ג' טעמי המצוות שנבלה וטרפה מזיק לאדם שלא יתעכלו המאכל במיעיו.

וועגן היגיענע, ריינקייט, זיינען באוואוסט די פיל דינים פון טומאה וטהרה, איבערהויפט די צוויי סדרות תזריע מצורע, וועלכע רעדן פון אומריינקייטן פון פארשידענע קרענק פון מענטשן, אויר פון אומריינע מלבושים, און פון אומריינע וואוינונגען (ע"ש במו"נ), און פון פארשידענע אנשטעקענדע קראנקהייטן, וואו מען האט געמוזט זיין איזאָלירט, פארשלאסן, אפגעזונדערט, כדי צו פארהיטן פארשפרייטונג.

אינטערעסאנט איז אז אין חומש תזריע מצורע ווערט געזאגט דאס ווארט אדם מענטש, עס שטייט נישט קיין איין מאל ישראל אדער בני ישראל (וע' נדה ס"ה אדם לרבות הקטן) ווייל די תורה גיט אנצוגעהערן, אז דאס זיינען באגריפן פון היגיענע, וואס איז פאר יעדן איינעם, און דאס זיינען די ערשטע עלעמענטארע אידיש מענטשלעכע באגריפן, וואס ברויכן ארומצונעמען דעם איד אין אלע לעבנס טאג-טעגלעכע פראגן.

עס איז דא א גאנצע טייל משניות, די זעקסטע טייל, וואס רופט זיך טהרות, וואו עס רעדט זיך וועגן טומאה וטהרה, ריינקייט און אומריינקייט, דער טייל משניות ווערט סימבאליזירט מיטן ווארט דעת, דאס מיינט אז כדי צו האבן דעת, פארשטאנד, וויסן, מוז עס זיין מיטן באגריף פון ריינקייט, טהרות - ודעת זו סדר טהרות (שבת ל"א).

די הויפט דיני טומאה נעמען ארום, אז מען זאל נישט אנרירן קיין טומאה, ד. ה. אז מען זאל זיך נישט צורירן צו קיין אנשטעקנדע אדער אומריינע זאך...

אז מען הויבט זיף אויף אין דער פרי און מען בארירט אן אויג אדער יעדעס אנדערע אבר, אומגעוואשן, מיט אומריינע הענד איז דאס אבר ווערט, אפגעהאקט צו רוערן (גוזמא קאמר) אזוי ווייט האבן די חז"ל פארשטאנען דעם באגריף פון ריינקייט. אין זוהר איז דא ההולך ארבע אמות בלא נטילת ידים חייב מיתה אז איינער גייט 4 איילן אין דער פרי נישט געוואשן איז ער ווערט דעם טויט, פארשטענדלעך, אז דאס איז א גוזמא. אבער דאס ווייזט ווי וויכטיק עס איז אין דער אידישער תורה דער באגריף פון ריינע הענד. דאס שטיצט זיך אויף א כלל ידים עסקניות הן (סוכה י"ט). די הענד בארירן שטענדיק פארשידענע קעגנשטאנדן, דעריבער מוז מען זיי האלטן ריין און זיי זיינען מיינסטענס עמפינדלעך צו איבערטראגן דאס אנשטעקנדע אין אלע טיילן פון קערפער, ביי דער ערשטער בארירונג.

ווען מען וואשט זיך אין דער פרי מאכט מען א ברכה על נטילת ידים אשר קדשנו במצותיו. די ערשטע ברכה וואס א איד מאכט אין דער פרי איז אויף ריינקייט און וואשן. אויך איז ביי אידן גרויס די מצוה פון וואשן זיך צום עסן און נאכ'ן עסן און אפזייפן ריין די הענד. אין ספרי געפינט זיך 4 והתקדשתם והייתם קדושין, והתקדשתם אלו מים ראשונים, והייתם קדושים אלו מים אחרונים - כי קדוש אני, זה שמן לסוך הידים להעביר הזוהמא (ברכות נ"ג רש"י) אז דאסוואשן איז א סמבאל פון ריינקייט און הייליקייט (כידוע היא אסמכתא). טהרה-קדושה...

ר' יוחנן (ברכות פ' היה קורא) זאגט א כלל, ווען א מענטש שטייט אויף אין דער פרי, זאל ער זיך מאכן ריין און זיך וואשן און זאגען קריאת שמע, הרוצה לקבל עליו על מלכות שמים שלימה, יפנה ורוחץ ידיו במים קודם שיקרא קריאת שמע, דאס איז דאס מקבל זיין דעם עול מלכות שמים פולקאם, אז מען זאל זיך מאכן דיין אינערלעך און אויסערלעך. ריינקייט ברענגט צו טהרה, נקיות מביאה לידי טהרה, - קדושה (עין במהרש,א), - עס מוז פארשטאנען ווערן, אז די פשוטע טעמים פון די היגיענע ריינקייט, געזונד, זיינען א דרך, א וועג, מדרגה, צו דערגרייכן צו די העכטטע תורה באגריפן – טעמים - צו קדושה, הייליקייט, דער ציל צו גוי קדוש..., (טעמי התורה הם הלבוש... דרך ועליה למדרגה העליוגה והשגה האלקית של קדושה - קדושת המצות... קדושים תהא, כי קדוש ה'...)

אינטערעסאנט איז, אז ר' יוחנן איז אויך א גרויסער מקפיד אז מען זאל גיין ריינע מלבושים און זאגט (שבת קיי׳ד) כל תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדיו חייב מיתה, יעדער תלמיד חכם ביי וועלכן מען געפינט אן אומריינעם פלעק אויפן מלבוש איז ער ווערט דעם טויט (גוזמא קאמר), המזלזל בנטילת ידים נעקר מן העולם, אז איינער איז מזלזל אין וואשן די הענט ווערט ער אויסגעריסן פון דער וועלט...

אויך זעט מען ווי גרויס מען האט געהאלטן דאס עסן, אין ריינקייט, ר' מאיר זאגט (ברכות מ"ז), ווער הייסט אן עם הארץ? דער וואס עסט נישט דאס עסן אין ריינקייט, איזהו עם הארץ, מי שאינו אוכל חוליו בטהרה, (ירושלמי שבת י'), 'כל מי שדר בארץ ישראל ואוכל חוליו בטהרה ומדבר בלשון הקודש ואמר קיראת שמע בבקר ובערב מובטח לו שהוא בן עולם הבא. ווער עס וואוינט אין ארץ ישראל און עסט זיין עסן אין ריינקייט און רעדט אין לשון קודש, און זאגט קריאת שמע צוויי מאל אין טאג, איז א בן עולם הבא...

מ׳האט געלעגט אין חרם איינעם וואס האט גרינגגעשעצט דאס וואשן די הענד (עדיות פ"ה). דער תנא ר' עקיבא האט זיך מוסר נפש געווען פאר דעם וואשן די הענד צום עסן (עירובין כ"א).

אז איינער טרינקט אין נישט קיין ריינער כלי האט ער א עבירה (מכות ט״ז), אל תשקצו את נפשותיכם. איר זאלט נישט פאראומרייניקן אייך, עס ווערט דערציילט פון הלל הזקן, אז ווען ער איז אוועק פון לערנען, איז ער געגאנגען אין מרחץ און האט געזאגט אז ער גייט טון א מצוה. א גמילת חסד מיטן קערפער, שטיצנדיק זיך אויפן פסוק גומל נפשו איש חסד (משלי י"א) דאס איז גמילת חסד פאר א מענטש, וואס איז א חסיד...

באזונדער איז אין פיל ערטער אנגעוויזן ווי אזוי מען ברויכט זיך צו האלטן ריין. אז מען האלט אומריין דעם קאפּ ברענגט עס צו בלינדקייט, אומריינקייט פון מלבושים ברענגט שמוציקייט אין קערפּער, אומריין האלטן דעם קערפּער ברענגט קרעץ און בלאטערן שחין (נדרים פ"ז).

מען זאל נישט האלטן געלד ביים מויל, און עסנס זאלן נישט שטיין אונטערן בעט, און ברויט זאל מען נישט צורירן מיטן קערפּערלעכן שווייס (פסחים קי"ב). מען טאר נישט איינהאלטן אין זיך קיין אומריינקייט... אפילו קיץ רגע, ווייל אויסער וואס עס ברענגט פארשידענע אינערלעכע קרענק, איז עס א עבירה פון לא תשקצו, מען זאל זיך נישט פארמיאוס'ן דעם קערפּער... (פסחים ובש"ע) עס איז באוואוסט, אז ביי די מצוה פון תפילין מוז מען האבן א ריינעם גוף... 'תפילין צריכין גוף נקי.

צום סוף איז וויכטיק צו ברענגען נאך עטלעכע שטעלן וואס זיינען נוגע דאס געזונדהייט פון מענטשן.

מען דארף עסן באלד אין דער פרי פת שחרית (בתלמוד בכ"מ), און מען זאל דאס עסן גוט צוקייען, עס זאל זיין גוט צוקאכט אין ריינע כלים..

מען דארף מאכן גימנאסטיק, אויסגלייכן די אברים און ביינער ועצמותיך יחליץ, זו מעולה שבברכות (יבמות ק"כ). אויסגלייכן די ביינער דאס איז די בעסטע ברכה. מען ברויך צו האבן זונען-לופט, זוהר החמה מרפא (נדה ה'), די ליכטיקייט פון דער זון היילט, חיגרא דיומא מס' (נדרים ט'), אידלא יומא אידלא קצירא, דער טאג, איז פארן קראנקן א ביסל לייכטער, מען זאל נישט טרינקן קיין אומגעקאכט וואסער, און טרינקן א סארט טיי, (חולין ק"ז וע"ש).

עס איז דא פיל ערטער אין תלמוד וואס וויין ווי אזוי מען ברויך זיך האלטן אין פארשידענע באוועגונגען און מאמענטן פון לעבן. עס איז געווען אויך א לימוד וואס מען האט געלערנט, צוגלייך מיט אלע דינים האט מען אויך געלערנט די תלמידים ווי זיך צו האלטן און צו פירן לטובת דעם געזונד און ריינקייט, און ווען איין תנא האט פארגעווארפן זיין רבי'ן, אז אנשטאט תורה, דינים, לערנט ער מיט אים עפּעס וועגן געזונד-היטן און ריינקייט, און דעריבער גלוסט אים נישט צו גיין, האט מען אים געענטפערט הוא עסיק בחיי דברייתא ואת אמרת במילי דעלמא כל שכן זיל לגביה (שבת פ"ב). עד לערנט וועגן לעבן פון מענטש, און דו רופסט עס אן פּראסטע וועלט זאכן, דו ברויכסט נאך גיכער צו גיין לערנען וועגן געזונד און ריינקייט.

א שטאט וואו עס איז נישטא קיין דאקטאר, אדער א מרחץ, טאר מען דארט נישט וואוינען (ירושלמי קדושין פרק ד').

ווען מען זעט דורך די פארשידענע פרטים ווי אזוי אין דער אידישער תורה ווערט ארומגערעדט יעדער פרט באזונדער וועגן אלעס וואס נעמט ארום דעם מענטשלעכן גוף, דאס עסן, טרינקן, שלאפן, זיצן, שטיין, גיין און אנדערע מענטשלעכע באדערפענישן, קען מען שטאלץ זאגן, אז די אידישע תורה איז א תורת חיים און דרכיה דרכי נועם, היגיענע, געזונד, ריינקייט.

צום סוף וויל איך צוגעבן, אז דאס פארשטויסן דאס אידישע פאלק אין דעם געטא און ענגשאפט האט פיל געווירקט, אז די זאלן פארלירן די מעגלעכקייט פון ריינקייט האלטן. אבער ווען מען קוקט זיך גוט צו צום אידישן פאלק, אין זיין אפגעהיטנקייט פון נבלות, טרפות און מאכל כשר און דאס ריינקייט פון אידישן פאמיליען לעבן, מיט די פארשידענע היגיענישע דינים פון טומאה וטהרה, וואס דאס איז א גרויסער הויפט-יסוד ביי דעם אידישן פאלק אין טהרת המשפחה בישראל, באגרייפט מען אז דאס אלעס האט געהאט א גרויסע ווירקונג אויף דעם קיום היהודית און דאס איז אן אייגענארטיקייט פון אידישן פאלק.

מען קען ווירקלעך זעהן אז מיר זיינען א מוסטער פון א גוי קדוש, פון א פאלק וואס זייערע תורה-גייסטער האבן צוגלייך מיטן גרויסן געטלעכן ווארט אויך געלערנט דאס פאלק צו היטן דאס געזונט דורך היגיעגע, ריינקייט, שמירת הבריאות, ודעת זו סדר טהרות. - מביא לידי קדושה...