פסח זמן חרותינו בריוו עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


עגל הזהב – אדער - עצמות יוסף...

ויקח משה את עצמות יוסף עמו...

ווי באוואוסט, אין די מדרשים, ווערט שטארק קריטיקירט די שטעלונג פון די אידן, ווען די זיינען ארויסגעגאנגען פון מצרים האבן זיי זיך באשעפטיקט מיט נעמען דאס גאלה זילבער א. א. וו., פון די מצרים, ביזת מצריים, און דערביי ווערט שטארק געלויבט, וואס משה רבינו האט זיך באשעפטיקט מיטצונעמן מיט זיך, דעם ארון מיט די ביינער פון יוסף, עצמות יוסף, ריכטיק איז דאך, דאס מיטנעמען גאלד און זילבער פון מצריים אויך געוועזן א מצוה פון גאט (פ' שמות), אויך פארוואס האט משה רבינו ניט געזען, אז די אידן זאלן זיך באשעפטיקן מיט די ביינער פון יוסף... וואס איז אזא קריטיק אויף ישראל?

נאך מיין באשיידענעם מיינונג, איז, ווייל מיטנעמענדיק דאס גאלד און זילבער, האבן די דערביי געהאט מיט אזוי פיל כונה, און תאות הממון... דארשטיקע תאוה צו גאלד - געלט אז זיי האבן שוין פארגעסן, וואס די מצריים האבן זיי געטאן... געארבעט בחומר ובלבנים בפרך, שווערע ביטערע ארבעט, מאראליש, גייסטיק, זיי צעבראכן אץ שוין אפילו מוחל געוועזן, וואס די מצריים האבן געשחט'ן אידישע קינדער און געבאדן אין זייער בלוט (מדרשים וע"ש), און טאקע שפּעטער איז פון דער גאלד געמאכט געווארן דאס עגל... די גאלדן-קאלב, און משה האט זיך באשעפטיקט מיט צונעמען מיט זיך עמו במחיצתו - (ע' מדרשים והבן), ווייל ער האט מורא געהאט דאס די אידן זאלן מיט די ביינער פון יוסף, ניט מאכן קיין ביזנעס... האט ער זייער שטארק אכטונג געבען... נאר דערנאך ווען ביים ים איז שוין פון די מצריים פן זייערע פייניקער שונאים ניט געבליבן קיינער... לא נשאר בהם עד אחד – האבן גענומען דעם ביזת הים גאלד און זילבער, און פון דעם האט מען געמאכט דאס משכן...

אידן! זאל דאס זיין א לערע – היינט - אז נעמען געלד שלומים פון די וועלכע האבן געוואלט אויסראטן דאס אידישע פאלק, זאל מען ניט פארטוען אפילו צו א מצוה... זאל מען ניט דרוקן ספרים, סדורים, שריפטן, קולטור, ליטעראטור א.ז.וו., און ניט מאכן קיין ביזנעס, אפילו הייליקע ביזנעס, פון די עצמות יוסף פון די הייליקע ביינער פון אונדזערע קדושים 6 מיליאן אידן, וועלכע זיינען אויסגעראטען געווארן פון די עמלקים נאצי-דייטשלאנד, ימח שמם, ביז השי"ת דער אל נקמות, וועט העלפן אז עס וועט זיין תמחה זכר עמלק - לא תשכח...