פסח זמן חרותינו אל מלא רחמים
פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן
ווי אלע יאר וועט אויך, דעם פסח, דאס רעליגיעזע טראדיציאנעלע יודנטום מזכיר נשמות זיין זייערע אייגענע! עלטערן, קינדער, ברידער, שוועסטער, עליהם השלום, און זאגן די סענטימענטאלע הארציקע ממעמקים-תפילה – הזכרה - און ענדיקן מיט די ווערטער וינוחו בשלום על משכבם ונאמר אמן, אבער, באזונדערס, דאס יאר פסח, שנת בישראל חי וקים – תשי"ז, ברויכט דאס גאנצע אידישע פאלק, בכל מקום שהם, אלע ביי וועמען עס איז נאך דא א פינטעלע יוד, מיט דעם אידישן כבוד רעספעקט, פאר זיין מאיעסטעט דער טויט... רעספעקט פאר גבורים-קדושים, זאגען די הזכדת־נשמות - תפילה, יזכור.
יזכור! טייערע ברידער אידן גבורים קדושים, מיט אייערע מעשים דעם הייליקן קאמף מיט מסירת נפש, האט איר זיך דערהויבן צו קידוש השם פון דער העכסטער מדרגה... אייערע הייליקע נשמות האבן נישט א עלית נשמה תחת כנפי השכינה... נאר לעילא ולעלא על כנפי השכינה!, ווי מיט אדלער פליגעל, געפלויגען הויך הויך, איבער די שכינה פליגעל... דערביי האט איר באוויזן זיך אראפצולאזן אומענדלעך צו די טיף טיפענישן, טויזנטער טיפענישן שאול תחתית, עומקא דתהומא רבה אין דעם אומפארשטענדלעכן, אומבאגרייפלעכן, נשמה-טיפקייט און ירידות... ווי, ליידער, פיל, זייער פיל, אידישע לעבעדיקע מענטשלעכע נשמות... האבן געהאט א ירידה, און געפאלן גייסטיק אין שאול תחתית, אין גהינום אפגרונד.... און צוזאמען זיי דערהויבן געקראגן א עליה צו דעם כסא הכבוד, צו דעם אומשטערבלעכקייט פון אידישן פאלק, צום נצח ישראל, צום משיחישן נסים, נביאים אידעאל, צו די העכסטע מדרגה פון קדושה און תחית המתים, און אלע צוזאמען שוועבן די על כנפי-השכינה, אין אלע ערטער מקומות בכל קצוי הארץ, וואו עס איז דא אידן, און צוזאמען אלע, שלעפן, ברענגען צו דעם ארץ ישראל הייליקטום, ווי דער נביא זאגט ובאו האובדים... והנידחים... והשתחוו לה, — בירושלים... אט דאס איז דער נס, וואט איר טייערע 171 א. א. גבורים קדושים... האט באוויזן, וועלכעס פריער אדער שפעטער, וועלן מיר דערזען דאס מיט אונדזער פארשטאנד, מחשבות רעיונות, ממש דערזעען מיט די אויגען... דאם התגלות אנטפלעקונג וועט פארלייכטן אין אלע ווינקעלעך וואו אידן זאלן ניט זיין, אפילו אין די הרי החושך, אין אלע פינצטערע חושכדיקע מקומות.. - עס ווערט אגגעוויזן אין חסידישע ספרים, אז פיל צדיקים האבן ניט געוואלט גיין אין גן עדן ביז זיי האבן זיך פריער אראפגעלאזט אין גהינם, געלויטערט, מתקן געוועזן פיל זינדיקע רשעים נשמות, און ארויסגעשלעפט זיי מיט זיך צו די הויכקייטן פון עולם הנשמות.. איך וויל דא פאראייביקן ווערטער פון מיינס א מאמר, אין א ז' אדר דרשה, אין דער יארצייט פון אונדזער ערשטן גואל משה רבינו, צווישן אנדערש, האב איך געזאגט פאלגענדעם:
ווי באוואוסט, איז דער מנהג ביי חסידים, אין א הילולא יארצייט טרינקט מען משקה, מען זאגט לחיים, און מען ווינטשט די נשמה זאל האבן א עליה, די קראנקע א רפואה, און דאס אידישע פאלק א ישועה...״
און וואס קען מען ווינטשן ביי משה רבינו'ס יארצייט, די נשמה זאל האבן א עליה? קען מען דען דאס ווינטשן משה רבינו, ווי עס איז באוואוסט, איז ער אפילו ביים לעבן געוועזן שוין אין דער העכסטע מדרגה, וואס מער קען שוין ניט זיין (כידוע בספרי מוסר, קבלה וספרי חסידות, ותחסרהו מעט מאלקים נשמתו היה במט שערי קדושה, והבן), איז נאך מיין באשיידענעם מיינונג, אז דער וואונטש ברויכט צו זיין, אז זיין נשמה זאל האבן א ירידה (כביכול) אז משה רבינו, זאל זיך אראפלאזן אין די נידריקסטע מדרגה ביזן שאול תחתיות און אלע תהומות, ווי עס זיינען פארזונקען געווארן אידישע נשמות – אפילו אין די טיפע טמאהדיקע טיפענישן (מ"ט שערי טומאה, והבן), און זאל אלע מיטנעמען מיט זיך, דערהויבן על כנפי השכינה ביז צום כסא הכבוד-עולם הנשמות, דאס איז דער אידישער משיח'שער באגריף פון גאולת הנפש והגוף, דער תורה קבלה משיח'שע באגריף... נצח ישראל לא ישקר - עם ישראל חי - על כנפי השכינה...
על כנפי השכינה, ווען איך בין געוועזן אין ישראל אין 1953 , האב איך באזוכט די קבוצה, קרית ענבים, און דער סעקרעטאר, האט מיר אלעס געוויזן, ווען איך האב אים געבעטן אויך מיר צו ווייזן די ברידער קברים פון די גיבורים קדושים פון 1948, מלחמת השחרור, ביי די קברים האב איך געזאגט א פאר ווערטער אין אידיש, מאמע לשון, צו זיי... גערעדט מיט דער שפראך, וואט זייערע מאמעס וואלטן זיי געזאגט, און געמאכט א אל מלא רחמים המציא מנוחה נכונה על כנפי השכינה... האב איך דאן געפילט, אז אויך מיין נשמה... איז דערהויבן געווארן... און דערזען, דערפילט, וואט מען מיינט קדושת ארץ ישראל, און חיי נשמות אויר ארצך (שיר של ר' יהודה הלוי - ציון הלא תשאלו) איך האב פארשטאנען, אז אזעלכע נשמות, זיינען ניט תחת כנפי השכינה... נאר על כנפי השכינה (וע' בספרי מקובלים ע״"ז והבן)., אז זייערע קברים זיינען ניט די פינצטערע ערד קברים, נאר פיל מיט אורות פון גן עדן היכלים, פון ימות המשיח ותחית המתים... און דערהערט, פארשטאנען די טרייסט-גאולה רוף פון נביא יחזקאל (יחזקאל ל"ז) והעליתי אתכם מקברתיכם עמי וידעו כי אני ה׳... איך וועל אייך דערהויבן פון אייערע קברים, מיין פאלק, און איר וועט וויסן אז איך בין דער בורא עולם...
על כנפי השכינה! זאל די נשמות גבורים קדושים, שוועבן צו דער שכינה, די פליגעל פון דער שכינה, וועלכע זיינען פון גרויס צער, ווייטיק, שאנדע - (עמו אנכי בצרה), אפגעהאקט... די ווייסע שכינה פליגעל אפגעהאקטע, זיינען מיט בלוט פון די קדושים באפלעקט (כי דורש דמים אותם זכר...) אויף די צובראכענע פארבלוטיקטע שכינה פליגעל, וועלן די אלע האבן זייער נשמה פארבינדונג, אחדות הנשמות והנצחיות דקדושה, דארט ווערן אפגעווישט די גרעניצן פון פרום און פריי, צדיקים, רשעים, גרויסע, קליינע, קדושים טמאים, דארט ווערט אלעס געטובל'ט, געכשרט אין פייער, הייליק-געטלעכע, סנה פייער, (טבילה בנורא... והבן), דארט ווערט אלעס פאראייניקט, פארקניפט מיט א הייליקן תפילין קשר בונד, פון מסירת נפש, דאס פינטעלע יוד, פון טיפסטע ערטער פון אידישן הארץ, נשמה, מח, דער באגריף פון אחד, יצאה נשמתו באחד... די פאלקס נשמה אינם אייביקן אומשטערבכלען קוואל פון לעבעדיקייט... חי החיים עם ישראל חי... (הבנה במאמר, קשר של תפילין הראה הקב"ה למשה... וראית את אחורי... מקובלים).
איר נשמות גבורים וקדושים, שוועבט דארט, על כנפי השכינה... מיט דעם קול, יעקב, דער אייביקער מסירת נפשדיקע געשריי פון אידישן פאלק, שמע ישראל ה׳ אלקינו ה׳ א-ח-ד... בעט רחמים ביים אל מלא רחמים, פאר א לעבעדיקע מנוחה רוהע פון אידישן פאלק וואס זיינען יעצט ווי פאר'יתומ׳ט, עלענד, פארראטן, אפגענארט, - השם, - ארץ הקדושה - תורה הקדושה - הי נחלתם... עם ישראל חי! ונאמר אמן. על כנפי השכינה... אלע צוזאמען, מיט דעם אמתן אידישן אחדות, פאלקסטימלעכע אהבת ישראל, שוועבן צו די כנפי השכינה, און מאנען, ביים קדוש ישראל - שומר ישראל - צור ישראל, אל נקמות,... זאל שוין דין גענוג דער כוס פון טרערן כוס היגונים הרפו מעט, און באווייזט דיין נקמה וואס האסט געזאגט דורך די נביאים און געשווארן! איר וועל אפגעבן די נקמה צו מיינע באליידיקער, און צו די שונאים וועל איד באצאלן. הרנינו גוים עמו זינגט איר נאציאנען... פעלקער... פאר דעם בלוט פון אידישן פאלק וועט גאט נקמה נעמען - הרנינו גוים, עמו, כי דם עבדיו יקום ונקם ישוב לצריו, (סדרה האזינו, וע"ש) - דער אבי יתומים ודיין אלמנות, וועט זאגן דין טרייסט-ווארט צום אידישן פאלק דורכן אמתן שלום פרידן, יעודת הנביאים משיח טרייסט, די ריכטיקע משיח וועלט'ס גאולה, וואס האבן געטרוימט געזעען די אידישע נביאים, - די הפטורה פון אחרון של פסח צו הזכרת נשמות... (ישעיהו וע"ש), בלע המות לנצח, ומחה ה', דמעה מעל כל פנים... וחרפת עמו יסור... אפגעמעקט וועט ווערן די טרערן פון אלע פנימער... און די שאנדע פון אידישן פאלק וועט ווערן אפגעטון... דער קדוש ישראל - אל נקמות שומר ישראל, וועט אפווישן די טרערן פון די אלמנות, יתומים, אומגליקלעכע, צוריקשטעלען די פארוויסטע היימען – יציב גבול אלמנה... - צוזאמען ברענגען די עלטערן מיט די קינדער״ - והשיב לב אבות על בנים, ובנים על אבותם, דער אליהו הנביא טרייסט, גאנץ מאכן, די אידישע היימען... מיט לעבעדיקע ריכטיקע הייליקע אידישקייט... מיט געטלעך הייליק פייער, וועט ווערן צוריק געבויט און געשטארקט די אלע וועלכע זיינען דורך אלערליי פייערן, ווי אויך דורך אש זרה... פארברענט געווארן, באש הצתה ובאש עתיד לבנותה... דאס אידישע פאלק, וועט אויפשטיין צו תחית המתים דורך שאפן, בויען, שמידן די צוקונפט פון די בני הנביאים, מיט אחדות, קדושה, אמונה, בטחון, תקוה, - ונקתי דמם לא נקתי, וה' שוכן בציון, - מחץ ראש על ארץ רבה, על כן ירום ראש... לאמיר זיין שטאלץ, מיט געהויבענע קעפ... צו אויפנעמען די נחמת ציון וירושלים, בגאולה שלמה, עם ישראל חי, ונאמר אמן...
אל מלא נקמה! אל מלא נחמה! (ראשי תיבות אמן) על כנפי השכינה.