פסח זמן חרותינו פסח חמץ מצה

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


פסח - חמץ - רוח הטומאה - מצה - רוח הקדושה

על בעור חמץ - רוח הטומאה – ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ (זכריה יג.) דלא יתפרנסון תלמידי חכמים מעמי הארץ - אלא מסיטרא דטוב, וכו, (רעיא מהימנא זוהר נשא, די קכ"ה ע"א) - און דעם טומאה גייסט וועל איך – גאט - אויסראטן פון דער וועלט... - מיינט מען, אז תלמידי חכמים (געלערנטע) זאלן ניט ברויכן ציען זייער פרנסה פון עמי הארצים...

איינס פון די גרעסטע גייסטיקע און מאראלישע אומגליקן, איז וואס תלמידי חכמים (און סתם אלערליי געלערנטע...) ברויכן אנצוקומען אין זייער אלטעגלעכע פרנסה לעבן, צו די עמי הארצים - גארבע יונגען. - (איך וועל מאכן דאס קלאר, אז מיט דעם, איז ניט מיין מיינונג חלילה וועגן די מענטשן, די פשוטע פאלקס מענטשן, פאלקס אידן, וועלכע האבן ניט געלערנט, צוליב פארשידענע אומשטענדן אין זייער לעבן...) וועלכע זיינען פארדארבן געווארן דורך זייער רייכטום, זיי האבן זיך ניט קעגנגעשטעלט דעם נסיון העושר. און זיי שטאלצירן נאך מיט זייער חכמה און מאכן געלט... און טייל מאל רעדן זיי זיך איין, אז אויב זיי זיינען חכמים אין ביזנעס... זיינען זיי שוין אויך תלמידי חכמים, געלערנטע אין אלעס... און גלויבן, אז מען ברויכט פאר זיי דרך-ארץ האבן, פאר זייער תורה חכמה... און דאס גיט זיי די כיטרעקייט און מעגלעכקייט צו פארשידענע טיטולן יחוס, דורך געבן צדקה און נדבה'לעך, וועלכעס איז זייער ווייט פון אידישן מאראלישן צדקה באגריף בכלל, און מתן בסתר בפרט, און מיינט אז מען איז שוין מחויב אים אפצוגעבן כבוד צוליב זיין עשירות. און צו באגריסן אים מיט די ווערטער, אכטונג זיין מאיעסטעט, דער עם הארץ גייט! - אכטונג זיין מאיעסטעט דער גראבער יונג האט דאס ווארט! און פיל מאל, ליידער, געברענגט די תלמידי חכמים, געלערנטע, צו בזיון, שפלות, נידריקייט, און ווילנדיק אדער ניט ווילנדיק מוזן חנפנען, לעקן, בוקן, מיט שקרים צביעות א. א. מאראלישע און גייסטיקע ידידות, געפאלנקייט, און הארץ ווייטיק יסורים, און פיל מאל האט שוין די הילף, צדקה, נדבה, א טומאהדיקן נאך-ריח... פון א אתנן - ומחיר כלב... און דאס ווירקט אויף דעם נעמער דער תלמיד חכם - געלערנטער, אויף זיין אונטערבאואוסטזיין... צו פרעגן זו תורה וזו שכרה??... דאס איז דער שכר פון תורה?. מען טאנצט ארום דעם גאלדענעם קאלב דעם גראבן יונג - און מען שרייט ,אלה אלהיך ישראל...

באזונדערס קומט דאס פאר, דער היסטארישער פראצעס, נאך יעדער מלחמה, שטארקט זיך די טומאה, צמאון דורשטיקייט צו געלד און גראביונגישקייט... און עס איז ניט קיין וואונדער, ווייל מען עס גיסט זיך מענטשלעך בלוט טייכנווייז, און טרערן פון אלמנות, יתומים, קאליקעס ארימע, ווי דער ים הגדול, און מענטשן ווערן פון דעם רייך, און פארמאגען ניט דאס, איידעלקייט, געלערנטקייט, מדות, מוסר, הייליקע אומרו, און בלייבן נאר ביי זייער גראביונגישקייט - עמי הארצות, וועלכעס ווערט גרעסער פון טאג צו טאג, ער ווערט רייכער מיט די שלעכטע גראבע נפש'דיקע מדות, אזוי ווי זיין געלד-רייכטום מערט מיט פראצענטער גרעסער אלע מאל, און ער פארלירט דערביי, דאס שטיקעלע צלם אלקים און דאס נשמה'דיקע אידישע הארץ... דאס פינטעלע איד, דעם פונק פון קדושה... און די טומאה און אומריינקייט... ווירקט אויף זיין גראב נפש, און מערט פארדארבן אין זיין באציאונג צו די תלמידי חכמים - געלערנטע און ממילא אויך צו פשוטע אידן, צו דעם עמך, אידישע פאלקס מאסן... די נקי כפים ובר לבב, און דאס שאפט דעם גרויסן גייסטיקן און מאראלישן אומגליק אויף אלע געביטן אין אידישן לעבן... אויף בנין ארץ ישראל... תורה שולן, בתי מדרשים... א. א. דער אידישער וועלטלעכער קולטור און פארשידענע אינסטיטוציעס... ווייל ״אונטערבאוואוסטזיין סמ'ן זיי אפ אלע בעסערע מענטשלעכע אידישע באגריפן... ווי איך געדענק און פארשטיי, איז דאס געוועזען נאך דער ערשטער וועלטס מלחמה, און נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און ווער ווייסט וואס ווייטער?... און מיר אידן זעען ארויס, אז נאך יעדער פקידה צי א גאולה, און חזיונות נחמת הנביאים.. זעט מען, ליידער, די פקידה פון עגל ריכטיק וביום פקדי פקדתי... (והבן...) דעם טאנץ, רקודים, ארום דעם עגל-הזהב, דער גאלד-קאלב - גראביונגעשקייט, עם הארצות, און זייער באציאונג מיט זייערע מעשים - אפילו די גוטע מעשים, צו אלעס וואס איז ביים גאנצן אידישן פאלק הייליק און טייער... און לאמיר זאגען אפן און פשוט, אז זייערע מעשים, ווי אזוי עס ווערט געהאנדעלט״ פארקויפט, ווי און א מארקעט... כבוד, ערע, גן-עדן אייביקייט, שם טוב, ברענגען מער שאדן, הן אין גייסטיקן זינען, און אין דעם מאטריעלן זינען... און אפילו גרויסע מענטשן, תלמידי חכמים, געלערנטע ווערן פארפירט פארבלאנדזשעט, און גייען בארג אראפ... און דורך דעם ליידט זייער פרעסטיזש, כבוד התורה, וכבוד תלמידי חכמים, מען באטראכט זיי פאר שנארער... און די מענטשלעכע נשמה ווערט טמאה'דיק, פארשוועכט, פגומ'דיק... און אויך דער כבוד פון כלל ישראל... און דער עגל הזהב, דער גאלדענער קאלב, קומט אפטמאל ארויס אן א קאפ... אן הענד און פיס...

דעריבער, ווען עם גייט פאר פסח, וואט לויט דעם אידישן דין מוז מען אויסראטן דאס חמץ, מאכן די ברכה על בעור חמץ און מבטל און מפקיר זיין דאס חמץ, כעפרא דארעא... ווי דאס שטויב פון דער ערד... און לויט די קבלה, ספרי חסידות, ומוסר, מיינט מען אויד דאס חמץ, שאור שבעיסה... דאס זויערקייט, מדות רעות אין מענטש, מוז מען דאס יאר שטארק אכטונג געבן אויסצוראטן דאס חמץ, מקיים זיין די ווערטער פון נביא און דערביי מתפלל זיין אז די השגחה העליונה זאל שוין רחמנות האבן אויף דעם שארית הפליטה... וועלכע פילן נאך אין זייער ממעמקים אין די טיפע טיפענישן מעימקא דליבא מיטן גאנצן הארץ (דער דין פון חמץ, מבטלו בלבו...) ווילן זעען דעם בעור חמץ, לאמיר האפן, אז אין דעם עיקבתא דמשיחא וואס מיר לעבן היינט איבער... וועט זיין דאס, דער טומאה גייסט וועט אויסגעראטן ווערן לא יתפרנסון תלמידי חכמים מן העמי הארץ אלא מםסיטרא דטוב.. כדי די זאלן קענען זאגן, זייער גרויס געטלעך ווארט, און טוען זייערע גוטע מעשים פאר תורה עבודה, וכלל ישראל, דורך קדושה, כבוד שמים, מיט שטאלץ, גבורה, ניט מסיטרא דטומאה, גאר מסיטרא דטוב, - מסיטרא קדושה - און דאס וועט ברענגען, אז די עמי הארצים, גראבע יונגען, נידריקע נפשות, וועלן אויך דערהויבן ווערן מיט דרך ארץ און רעספעקט פאר די אידישע הייליקטימער, מעשים טובים, תלמידי חכמים, און וועט ברענגען צו רוח דקדושה... א הייליקער-גייסט... און די עמי הארצים וועלן געשפייזט ווערן גייסטיק-מאראליש פון די תלמידי חכמים.... און אלע אידישע נשמות וועלן געהייליקט, גערייניקט וועדן, און גע'כשר'ט, ווי א שיינע שיינע כלי, לכבוד פסח... און דערהויבן ווערן, האבן א עליה לעילא ולעילא - עס וועט מקיים ווערן, די נביאישע ווערטער ביום ההוא ישליך אדם גלילי כספו וגלילי זהבו... (ישעיה,) ויעשו כלם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם, לאמיר זיך יעצט, לכבוד פסח, שטארקן אין תקוה ובטחון פון די נביאים, און ריכטיקע נסים... גאולת הגוף והנפש. און לאמיר זינגען דעם שירה חדשה, מיט דעם התלהבדיקן ברען, און התעוררות הנפש, פריי, פריילעך וטהר לבנו לעביר באמת לעבדיך – לעבדיך - באמת...

אינטערעסאנט איז דער מאמר (ירושלמי יומא פ"א) אבל בשני מכירין אנו אותם שהיו יגיעין בתורה וזהירין במצות ובמעשרות (נ"א ובמעשים), וכל וסת טובה היתה בהן, אלא שהיו אוהבים את הממון. ושונאים אלו לאלו שנאת חנם (וע"ש המפרשים) ד.ה, אז ביי דעם אנדערן חורבן בית המקדש האבן מיר זיי געקנט, אז זיי האבן זיף אנגעשטרענגט אין תורה לערנען, און געווזען געהיטן אין מצות און מעשרות (ד.ה. געגעבן מעשר און צדקה) און געהאט אין זיך אלע גוטע מידות, גאר די האבן ליב געהאט געלד און האבן זיך פיינט געהאט אייגע די אנדערע שנאת חנם... זאל דאס זיין א ווארנונג צו אונז אלע אין דער היינטיקער צייט, ווי מיר האלטן אין דער וועלט, אין אלע ענינים, גייסטיקע, מאראלישע און מאטעריעלע... זאלן מיר זיך היטן פון תאות הממון און שנאת חנם, כדי ניט צו ברענגען חלילה א חורבן...