פסח זמן חרותינו בריוו ו פון הלל צייטלין

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


יום ה' פרשת שלח, תרצ"ז.

אל ידידי היקר הרב ר' יהושע שפעטמאן!

אויף אייער לעצטן בריף האב איך אייך באלד געענטפערט. יעצט וויל איך אייך שרייבן מער באריכות, וואס עס טוט זיך אין עניני הכלל ווייסט איר דאך אזוי גלייך ווי איך, און טאמער פעלן אייך געוויסע פרטים קאנט איר זיך אליין משער זיין, בנוגע מיין אינערלעכן מצב קענט איר גאנץ לייכט ארויסדרינגען פון די אייניקע שוין באמת צו שארפע ווערטער, וואס האבן זיך ביי מיר ארויסגעריסן אין מיין פריערדיקן בריף, אז ווי מיר שיינט, באדארף מען שוין קדיש זאגען נאכן פאלק ישראל, נאר מען האט באדארפט צו זאגען אזא קדיש, אז אפילו דער כסא הכבוד זאל אויפגעציטערט ווערן. עס האבן זיך ביי מיר אזעלכע ווערטער ארויסגעריסן, ווייל אין אדם נתפס על צערו אבער בעומק עומק הלב בין איך דאך מלא אמונה, אז נצח ישראל לא ישקר, און אז קודש ישראל לד' ראשית תבואתי, כל אוכליו יאשמו, רעה תבא עליהם נאם ד' (ירמיה), עס איז אבער אזוי אונערטרעגלעך און פיינלעך צוצוקוקן עס אלץ, וואס זאלן מיר טאן? מיר זיינען דאך פארט בשר ודם, און לפי ראות עיני בשר האט זיך דאך ממש א גאנצע וועלט פארנומען זיך אויף אונדז און מיר שטייען אלע און גאפיען, קייען שטרוי אדער שטעכן איינע די אנדערע מיט די הערנער, והדברים ארוכים, בנוגע דעם אלעמען, וואס איז טוט זיך ביי אייך, בין איך מער אדער ווייניקער אינפארמירט, ווען איך וואלט אבער געהאט דעם שופר פון אן אמתן נביא, טאקע א נביא אן מליצות, נאר טאקע אזא, וואס דבר ד' בפיו בפועל ממש וואלט איך אויסגעשריגען פאר אלע אידן אין לאנדאן און אין ניו-יארק, קודם כל: גיט נדבהלעך דארט וואו מען דארף קומען מיט מיליאנען פונטן, וויסן זאלט איר אז אייערע יעצטיקע צדקות זיינען ניט מער ווי אן עסק פאר אייניקע פּארטיי-לייט צו האבן וועגן וואס ארומצוקריגען זיך, און פאר אייניקע גבירימ'לעך פריי צו זיין פון יעדער מינדסטע נתינה פאר אייערע ברידער. איר שפילט זיך מיט צדקות דארט וואו הימעל און ערד שרייען: ראטעוועט די פארהונגערטע און פארחלשטע אידן.

אבער! כוס היגונים לאט, וואס קען איך העלפן, אז אין שומע ליד?? אמאל פלעגט מען מיד זידלען און וואשן מיט בלאטע, היינט טוט מען גאנץ אנדערש, מען שטייט און מען שאקלט צו מיטן קאפּ יפה דרשות, עס פאלט אבער דערביי קיינעם ניט איין צו טוען אפילו דאס מינדעסטע פון דעם וואס איך שרייב נאך זער פיל נאכדענקן, איבערלעבן און איבערווייטאגן.

מיט הארציקן גרוס, הלל צייטלין.