עפענען הויפטמעניו

װיקיביבליאָטעק β

פסח זמן חרותינו בריוו ד פון הלל צייטלין

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


24-טן נאוועמבער 1934, ווארשע.

טייערער פריינד, ר' יהושע'לי!

איך האב אייך אזוי פיל צו שרייבן און צו שרייבן, א סך, שרייב איך אייך דעריבער גאר ניט, ווארום עס איז מיד זייער שווער מצמצם זיין זיך אויף איינעם צו צוויי פּונקטן, ווען איך האב אייך אזוי פיל צו זאגען, ווען עס איז מיר דאך שווער ארויס זאגן זיך, איך וויל אנהויבן פון אייערע לעצטע בריף - - - אין ארץ ישראל ווערט יא עטוואס געשאפן, כאטש דאס געשאפענע קען די מיליאנען פארהונגערטע און פארחלשטע כמעט כמעט גאר ניט געבן, ווער ווייסט? אפשר גייט טאקע פאר דער אמאליקער פּראצעס פון שלשת ימי אפלה, און שפּעטער במדבר הזה יתמו פגריכם און אפשר טאקע נאר – שאר ישוב און כאלה וכשלכת מצבת גם וכו' וכו', הכלל, ליבער פריינד, אין גרונד גענומען ווייס איך יעצט גאר ניט, כאטש עס זיינען דא צייטן, ווען עס שיינט מיד, אז איך ווייס אלץ, וואס איך ווייס זיכער איז נאר דאס, אז דאס אידישע פאלק, דער עם ישראל הנתון בצרה ובשביה, האט זיך גאר קיינמאל ניט געפונען אין אזא שרעקלעכע לאגע ווי יעצט. וויי, וויי! אזוי פיל שונאים, א גאנצע וועלט מיט שונאים - ווי וועט ער אויסהאלטן? און דערביי ליבער פריינד, אזא אינערלעכע צופוילטקייט, אז אם יהיו כל הימים דיו וכו' וכו' קען מען עס גאר ניט ארויסשדייבן, איך זע אויך קלאר די יד ד' וואס פירט אן מיט דעם דעם אלעמען, איך זע אבער גאר ניט דעם אויסגאנג אין דעם אלעמען, ווי אזוי דער יד ד' וועט עם ארויספירן דעם קהל ד' פון דער בלאטע אין וועלכער ער איז פארזונקן, ארץ ישראל? יא, מען פארט אהין, ארץ ישראל ווערט באזעצט... אבער פון וועמען? פון שפּעקולאנטן און צבועים פון איין זייט, און סאציאליסטן-קאמונימטן, וואס אין להם חלק באלקי ישראל פון דער צווייטער זייט. איך האב זייער מורא פארן ולא תקיא הארץ אתכם בטמאיכם אותה.

אין מיין דממה וקול איז דא דער באמתער גרויסער געשריי איבער אלעס דעם וואס איז געשעען מיט אידן אין די לעצטע צענדליקער יארן און א זייער מעכטיקער גרויסער רוף צו תשובה עליונה.

אייערער, הלל צייטלין.