קיצור שו"ע עברי טייטש סימן כב

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן כב דינים העולה לתורה וטעה במקום שפסק הקורא (אז מען האט געוויזן דעם עולה לתורה בטעות אן אנדער ארט, נישט וואו מען דארף לייענען. אויך וועמען עס קומט אן עליה). אנהאלט דריי סעיפים.

א. אז (= ווען) מען האט דעם עולה לתורה געוויזן בטעות אויף אן אנדער עמוד אז דארט האלט דער בעל קורא, באופן אז ווען ער האט געמאכט די ברכה איז דער עמוד וואס מען דארף לייענען פאר אים נישט געווען אפן, זאל מען אים ווייזן דאס ארט וואו דער בעל קורא דארף לייענען, און דער עולה לתורה זאל נאך אמאל מארכן די ברכה אשר בחר בנו. אבער ברכו דארף ער נישט נאך אמאל זאגן. און זאל ער זאגן פאר די ברכה ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, אזוי ווי דער דין איז ביי א ברכה לבטלה.

ב. (אבער ווען דער עמוד וואס מען דארף לייענען פאר אים געווען אפן דער דין איז אזוי:
[1]) אז (= ווען) דער טעות איז געווען אין דעם עמוד פריער, דאס הייסט מען האט דעם עולה לתורה געוויזן אין דעם עמוד וואס פאר דעם עמוד מען דארף לייענען, (דהיינו אין דעם עמוד נאך דעם ארט וואס מען דארף לייענען) און עס איז נאענט פון דעם ארט וואס מען דארף לייענען, און פון דעם זעלבן סדרה וואס מען לייענט דעם שבת, און צום וויינקסטן האט דער קורא צו לייענען דריי פסוקים ביז צו דעם ארט וואס ער האלט, דארף דער עולה נאך אמאל נישט צו מאכן קיין ברכה, נאר דער קורא זאל חוץ דעם וואס ער דארף לייענען, זאל ער צולייענען פון דעם עמוד פון פריער וואס מען האט געוויזן דעם עולה בטעות. (און ווען מען האט געוויזן דעם עמוד פאר דעם קריאה-ארט דארף דער עולה נאך אמאל נישט מאכן קיין ברכה, ווייל דער קריאה-ארט איז געווען אפן פאר אים[2]) [3]

ג. די מענטשן וואס דארפן (= זענען מחויב) עולה לתורה זיין: א. א חתן, שבת פאר דער חופה, און אין חופה טאג ווען (עס פאלט אויס אין שני וחמישי וואס) מען ליינט דאמאלסט, אויך דער שבת נאך דער חופה. ב. אויך דער וואס ווערט אין דער וואך בעל מצוה. [4] ג. א סנדק, א בעל ברית, א מוהל אין דעם טאג פון דער מילה. ד. און ווען דאס ווייב האט געהאט א מיידל מוז מען אים אויפרופן דעם שבת וואס ער גיט א נאמען. ה. אדער שבת פאר דער יארצייט איך איז מען זיך נוהג אויפצורופן. [5] ו. אן אורח. ז. און דער וואס פארט אוועק. ח. אדער איז ער געקומען צו פארן. [6]

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. קיצור שולחן ערוך סימן כג
  2. קיצור שולחן ערוך סימן כג
  3. אבער דער משנה ברורה סימן ק"מ סעיף קטן ט' פאסקענט אז ווען דער פלאץ פון דער קריאה געווען אפן פאר אים, נישט קיין נ"מ וואו מען האט אים געוויזן, פאר דער קריאה, אדער נאך דער קריאה, און וויפל פסוקים זענען דא ביז דעם קריאה-פלאץ, דער עיקר איז אז דער פלאץ פון דער קריאה אפן, מען דארף נישט מאכן קיין ברכה נאך אמאל.
  4. דהיינו א בעל ברית וואס ער האט אין דער וואך א ברית, אדער א בר מצוה בחור וואס ער ווערט אין דער וואך בר מצוה.
  5. ווען די יארצייט אין שבת עס איז א ממש א חיוב, און נישט נאר א מנהג.
  6. די לעצטע פיר זאכן זענען נאר א מנהג נישט קיין חיוב.