קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ד

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ד דינים פון בית הכסא און פון אשר יצר אנטהאלט דריי סעיפים.

א. יעדער מענטש זאל זיך געוויינען צו רייניקן זיך אין דער פרי און אווענט, און דערנאך וואשן די הענט און זאגן אשר יצר. און מען טאר זיך נישט האלטן, דען עס איז אומגעזונט, און איז עובר אויך א לאו משום בל תשקצו.

ב. ווי ווייט מעגלעך איז, זאל מען זיך אפילו אין בית הכסא פירן בצניעות, אז ער זאל זיך צו פיל נישט אויפדעקן, און זאל נישט ארויסגיין שטייענדיקערהייט, און זאל זיך נישט שטארק נייטן. און ווען ער גייט ארויס אויף א פרי (= אפן) פעלד, זאל ער זיך מיט דעם פנים קערן צו דרום זייט, אבער קיין מזרח און מערב טאר נישט, סיידן ביי א מחיצה.

ג. ביי יעדן מאל ארויסגיין אדער השתנה לאזן (= פישן), אפילו איין טראפן, מוז מען וואשן די הענט און זאגן אשר יצר. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט פארגעסן צו זאגן אשר יצר ביז צו דעם צווייטן מאל ארויסגיין, דארף ער מיין (= נאך) נישט זאגן ווי איין מאל אשר יצר. אויך ווען מען נעמט אן אָפּפירונג-מיטל[1] , און ער ווייסט אז ער וועט פיל מאל ארויסגיין, זאל ער זאגן אשר יצר צולעצט, ווען עס אים שוין גוט אויסגערייניקט. (און ער ווייסט אז ער וועט נישט ארויסגיין נאכאמאל).

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. אזא סארט מעדיצין וואס מאכט אז מען זאל ארויס גיין א סאך מאל.

הערות רעדאַקטירן