קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יב

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן יב דינים פון קדיש וברכו און מנין. אנטהאלט עלף סעיפים.

א. מען טאר נישט זאגן קדיש אדער קדושה אדער ברכו אדער לייענען אין דער הייליקער תורה, סיידן עס איז צען מענטשן, (דאס הייסט: וואס זיינען אלט דרייצן יאר). און ווען עס איז דא צען מענטשן, ווען מען זאגט ישתבח, זאגט דער חזן נאך ישתבח חצי קדיש. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען וויל בציבור זאגן חצי קדיש און ברכו, איז גלייך צו ווארטן אביסל פאר ישתבח, אז מען זאל זאגן ישתבח פאר צען מענטשן. נאר מען טאר נישט לענגער ווי א קנאפע (= אן ערך) האלבע שעה ווארטן.
און ווען עס איז נאך נישט אנגעקומען קיין מנין, זאל מען זאגן ישתבח און ווייטער ווארטן אביסל, און ווען עס קומט אן א מנין, זאל מען זאגן במנין עטלעכע פסוקים, דער נאך קען דער חזן זאגן חצי קדיש. אבער ווען מען זאגט נישט ישתבח במנין, און מען זאגט אויך נישט נאך דעם ווארטן, די עטלעכע פסוקים מיט צען מענטשן, טאר דער חזן נישט זאגן קיין חצי קדיש.

ב. מען איז אנדערש נישט מצרף צום מנין, סיידן מען איז אלט פולע דרייצן יאר. דאס הייסט: אז ער איז געבארן געווארן איין טאג אום (= אין) שבט, קען מען אים ערשט (= נאר דעמאלסט) מצרף זיין צום מנין אין דרייצן יאר ארום, אין דער נאכט פון איין טאג אין שבט. איבער דעם קען אמאל געמאלט (= מעגלעך) זיין, איינער וואס ווערט שפעטער געבארן, זאל פריער ווערן בעל מצוה פון איינעם וואס איז פריער געבארן געווארן. למשל: איינער איז געבארן געווארן אין אן עיבור, יאר אכט און צוואנציק טאג אין ערשטן חודש אדר, און דער אנדערער איז גבארן געווארן אין דעם נעמלעכן (= זעלביקן) יאר צוויי טאג אין אנדערן אדר. און דאס יאר וואס זיי ווערן בעל מצוה איז נישט קיין עיבור יאר, ווערט דער וואס איז געבארן געווארן שפעטער צוויי טאג אין אדר שני בעל מצוה, צוויי טאג אין חודש אדר. און דער וואס איז געבארן געווארן אכט און צוואנציק אין ערשטן אדר, מיט דריי טעג פריער, ווערט ערשט בעל מצוה, אכט און צוואנציק טאג אין אדר, מיט פינף און צוואנציק טעג שפעטער.

ג. מען טאר נישט דאס מנין פּארשוינען ציילן, אז מען וויל וויסן אויב עס איז דא מנין, זאל מאן זיי ציילן מיט דעם פסוק הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם, דען אים דעם פסוק איז דא צען ווערטער, זאל ער ביי יעדן אין זינען האבן א ווארט.

ד. מען דארף נזהר זיין, דאס מנין זאך זיך געפונען אין א חדר מיט דעם חזן, אויך דאס מען זאל נאך זאגן ברוך הוא וברוך שמו, אמן, און אמן יהא שמיה רבא מיט גרויס כוונה. אויך די קליינע קינדער זאל מען געוויינען נאך צו זאגן.

ה. עס איז גלייך זיך אויפצושטעלן צו הערן קדיש. און אז עס זענען נישט דא ניין מענטשן חוץ דעם חזן וואס זאלן אויסהערן דעם חזנ'ס ווערטער, טאר מען נישט זאגן קדיש אדער קדושה. און אז זענען דא ניין מענטשן, נאר פיר פון זיי שטייען שמונה עשרה, אדער זיי דאווענען נישט מיט דעם מנין, מעג מען זאגן קדיש און קדושה, אבי א רוב מנין הערן אויס. אבער אז איינער פון די ניין שלאפט, מוז מען אים אויפוועקן.

ו. נאך דעם ווי דער חזן זאגט חצי קדיש, זאגט ער מיט א הויך קול ברכו את ה' המבורך, און דער עולם ענטפערט ברוך ה' המבורך לעולם ועד, און דער חזן זאגט דער נאך אויך ברוך ה' המבורך לעולם ועד, און דער עולם זאגט אמן. אבער דער חזן זאגט נישט אמן ווען דער עולם לאזט אויס לעולם ועד. און אזוי באלד דער חזן איז מאריך און זאגט דאס ווארט ברכו, זאגט דעם עולם יתברך וישתבח. אבער ווען ער זאגט ווייטער די ווערטער, טאר מען נישט זאגן, נאר מען מוז אויסהערן וואס דער חזן זאגט.

ז. אז מען קומט אריין אין א מנין, און מען הערט דעם עולם ענטפערן ברוך ה' המבורך לעולם ועד, מוז מען אויך ענטפערן, כאטשע ער האט נישט געהערט דעם חזן זאגן ברכו.

ח. אז עס איז דא פּונקט א מנין, טאר קיינער אין מיטן דאווענען נישט אוועקגיין, דאס ער זאל נישט מבטל זיין דאס מנין. און אזוי באלד ווען דער חזן האט אנגעהויבן צו זאגן די הויכע שמו"ע איז געווען א מנין, און באלד זענען א פּאר ארויסגעגאנגען, דאס עס איז איבערגעבליבן א רוב מנין, מעגן זיי זאגן קדושה, און דער חזן ענדיקט די גאנצע שמונה עשרה, און זאגט אויך ברכת כהנים. (נאר אז דאס איז אום יו"ט זאלן די כהנים נישט דוכענען, ווייל עס איז נישט דא קיין מנין), נאר דעם קדיש נאך שמונה עשרה, זאל דער חזן נישט זאגן.

ט. דער זעלבער דין איז אז מען האט אנגעהויבן צו לייענען אין ספר איז געווען א מנין, נאר דער נאך זענען טייל ארויסגעגאנגען, און עס איז געבליבן א רוב מנין, זאל מען ווייטער לייענען. נאר אז דאס איז שבת אדער יו"ט, ווען מען רופט אויף מפטיר, ליינט מען נישט קיין מפטיר, נאר דער וואס האט אחרון, זאגט די הפטרה אן די ברכות.

י. דער חזן זאל זיין אן ערלעכער ייד, און עס זאל וויסן פירוש המילות. און אז איינער האט אויף זיך א שם רע, איז נישט גלייך אים צו לאזן, דאווענען פאר דעם עמוד.

יא. דער חזן טאר נישט גיין דאווענען אז דער עולם פארלאנגט נישט דאס ער זאל דאווענען. און פאר א שטענדיקן חזן זאל מען נישט אויפנעמען, סיידן ער איז שוין א באטראגטער (= דערוואקסן) מענטש, דאס ער איז שוין באוואקסן מיט א חתימת זקן, אבער נישט קיין שטענדיקער חזן, אז עס קומט א מאל אויס, מעג דאווענען פאר דעם עמוד אפילו א בחורל, אבי ער איז שוין בר מצוה.