קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יג
מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון
(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן יג דינים פון די ברכות פון ק"ש און דאס מען טאר אין מיטן ק"ש נישט מפסיק זיין. אנטהאלט צוויי סעיפים.
א. פון דער ברכה יוצא אור ביז שמונה עשרה אויך ביי מעריב ביז שמונה עשרה איז הארבער פון פסוקי דזמרה דאס מען טאר אפילו נישט צו אמר ענטפערן. אויך נישט מפסיק זיין אויסער ער הערט דעם חזן לאזט אויס די ברכה האל הקדוש, אדער שומע תפילה, אדער פון קדיש, ווען דער חזן לאזט אויס דאמירן בעלמא ואמרי אמן, זאל מען ענטפערן אמן. אבער קיין אן אדער אמן טאר מען נישט מפסיק זיין און ענטפערן אמן. אויך זאל ער ענאפערן "אמן יהא שמיה רבה מבורך לעלם ולעלמי עלמיא יתברך".
און ווען מען הערט קדושה זאל מען שווייגן, און אויסהערן, און זאל נאר ענטפערן "קדוש קדוש קדוש ה' צבאות מלא כל הארץ כבודו". און "ברוך ה' ממקומו", מיין (= מער) נישט. און ווען ער הערט ברכו פון דעם חזן אדער פון דעם וואס איז עולה לתורה, זאל ער ענטפערן "ברוך ה' המבורך לעולם ועד". אויך די אמן פון די ברכות פון עולה לתורה. און ווען דער חזן מיט דעם קהל זאגן מודים זאל ער זיך אויך בייגן און זאגן די ווערטער "מודים אנחנו לך" מיין (= מער) נישט.
און ווען ער הערט זאגן דאס מנין דעם פסוק "שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד", זאל ער נישט מפסיק זיין, נאר ער זאל זאגן די ווערטער וואס ער האלט, מיט דעם ניגון וואס דער עולם מאכט שמע ישראל.
ב. בין הפרקים, דאס הייסט צווישן און אן אנדערן. למשל ווען ער לאזט אויס די ברכה יוצר המאורות, איידער ער הייבט אן אהבה רבה, אדער ער לאזט אויס הבוחר בעמו ישראל באהבה, איידער ער הייבט אן שמע ישראל. אויך ביי ובשעריך וואס פאר והיה אם שמוע. און ביי על הארץ וואס פאר ויאמר. אז ער האלט בין בפרקים, מעג ער ענטפערן אמן אויף די אייגענע ברכה וואס ער זאלט אויס מיט דעם חזן[1]. און מכ"ש אז ער מעג נאך זאגן קדיש, קדושה, וברכו. און די אלע זאכן וואס שטייען פריער אויסגערעכענט, אז ער מעג אין מיטן ביי זיי מפסיק זיין. אויך אז ער הערט דונערן אדער בליצן זאל ער מאכן א ברכה. נאר צווישן "אני ה' אלהיכם" און צווישן אמת ויציב טאר מען נישט מפסיק זיין.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ אין קיצור שולחן ערוך טז ב פאסקענט, אז צווישן די פרקים מעג ער ענטפערן אויך יעדן אמן, נישט נאר אויף די אייגענע ברכה וואס ער זאלט אויס מיט דעם חזן.