קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ח

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ח דינים פון תפילין. אנטהאלט זעכצן סעיפים.

א די מצוה פון תפילין איז זייער א טייערע מצוה, אז יעדער ישראל מוז לייגן תפילין, נאר די תפילין דארפן צו האבן א ריינעם גוף, נישט צו לאזן א נפוח. אויך טאר מען אין זיי נישט עסן און נישט שלאפן, איבערדעם איז היינט דער מנהג אז פארדרייצן יאר לייגט נישט קיין תפילין ווייל ער וועט נישט וויסן ווי אזוי זיי אפּ היטן.

ב. מען דארף נזהר צו זיין צו קויפן זיך שיינע און גוטע תפילין פון אן ערלעכער סופר, דען דער וואס לייגט פסול'ע תפילין חוץ דעם וואס ער איז נישט מקיים די מצוה, טוט ער נאך א גרויסע עבירה, מיט דעם וואס ער מאכט כמה הברכות לבטלה. אבער בעונותינו הרבים קויפן מענטשן תפילין, ביי וועמען עס איז, ווייל עס קאסט וועלוועלער, (= ביליקער) און די תפילין זיינען אפשר פסול.

ג. מען טוט צום ערשטן דעם טלית, און דער נאך די תפילין שטיינדיקערהייט[1]. אבער אז ער האט פון דעם טלית-זאק צום ערשטן ארויסגענומען די בלויזע תפילין[2] אן דעם בייטעלע, טאר מען זיי נישט אוועקלייגן[3]. און צום ערשטן לייגט מען דעם של יד אויף דער לינקער האנט, וואו דאס דיקע פלייש איז, איבער דעם עלנבויגן. און איידער מען ציט צו (= איידער מען בינד צו) די רצועה מאכט מען די ברכה להניח תפילין, און מען וויקלט ארום די האנט זיבן כריכות. און ווער עס איז א לינקער זאל ער לייגן אויך דער רעכטער האנט פון דער וועלט, וואס ביי אים הייסט זי די לינקע.

ד. נאך דעם של יד, לייגט מען דעם של ראש. און דער פאדערשטער עק פון דעם של ראש זאל נישט אראפגעלעגן ווערן אויף דעם שטערן. נאר די תפילין זאל זיך אויסלאזן אויף דעם ארט וואו די האר פון דעם קאפ הייבט אן צו שפּראצן (= וואקסן). אבער אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די תפילין ליגן אראפ א ביסל אויף דעם שטערן איז גלייך ווי ער וואלט נישט מקיים געווען די מצוה פון תפילין און די ברכה איז לבטלה. און איידער ער פארפעסטיוועט (= פארפעסטיקט) דעם של ראש אויף דעם קאפ, זאל ער שטילערהייט מאכן די ברכה על מצות תפילין, און תיכף זאגן "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד". און דער נאך ווען ער האט שוין פארפעסטיוועט, זאגט ער "ומחכמתך". און דער נאך וויקלט מען מיט דער רצועה של יד דריי מאל דעם מיטלסטן פינגער, און מען זאגט "וארשתיך לי לעולם".

ה. צווישן דעם של יד און של ראש טאר מען נישט מפסיק זיין אפילו צו קדיש וקדושה. אויך טאר מען נישט ווינקען מיט די אויגן און ווייזן מיט די פינגער. און ווען מען איז מפסיק מוז מען נאך אמאל מאכן די ברכה להניח תפילין. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער הערט אין מיטן איינעם לאזט אויס די ברכה להניח תפילין מעג ער ענטפערן אמן, און עס הייסט נישט קיין הפסק.

ו. מען מוז לייגן דעם של יד אויף די דער בלויזער האנט, און דעם של ראש אויף דעם בלויזן קאפ. אבער אז מען האט א מכה ר"ל, מעג ער לייגן אויף דעם פּלאסטער. און ווען עס טוט אים שטארק וויי, אז ער קאן אויף דעם פלאסטער אויך נישט לייגן, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דאס איז אויף דער האנט, זאל ער לייגן דעם של ראש אליין און זאגן ביידע ברכות, להניח תפילין און על מצות תפילין, און זאגן ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד נאך ביידע ברכות של ראש. און ווען דאס איז אויף דעם קאפ, זאל ער לייגן דעם של יד אליין, און נאר מאכן די ברכה להניח תפילין.
און דער זעלבער דין אז מען האט מער נישט נאר איין תפילין, אז ער לייגט איין תפילין, און ווען דאס איז של ראש מאכט מען איבער אים ביידע ברכות, און ווען עס איז של יד, מאכט מען נאר די ברכה להניח תפילין.

ז. די רצועות דארפן זיין שווארץ. און ווייניקסטנס דארף די ברייט צו זיין, ווי די לענג פון א גערשטן (= אורך שעורה). און די רעכטע זייט רצועה של ראש מוז זיין לאנג ביז דעם נאפל, און די לינקע זייט נישט קירצער ווי ביז צו דער ברוסט. און פון של יד מוז זיין אזוי לאנג, אז מען זאל קענען זיבן מאל ארומוויקלען די האנט, און דריי מאל די פינגער.

ח. די תפילין האבן אין זיך א גרויסע קדושה, אז מען דארף אין זינען האבן אז מען גייט אין תפילין. איבער דעם אז גלייך (= געהעריק) פיל מאל זיי אין דאווענען אנצורירן. צום ערשטן דעם של יד, דער נאך דעם של ראש. אויך ביי קריאת שמע ווען מען זאגט "וקשרתם לאת על ידך והיו לטוטפות בין עניך", אז דורך דעם וועט ער געדענקען אז ער גייט אין תפילין.
און בעת ווען ער לייגט זיי, זאל ער מכון זיין אז דער אייבערשטער אז א יחיד בעולמו, און פירט זי מיט זיין ווילן. אויך אז די תפילין של יד ליגן קעגן דעם הארץ, מבטל צו זיין אלע שלעכטע תאות פון הארץ, אז עס זאל זיין ריין צו דער אייבערשטערס דינסט. און די תפילין של ראש ליגן קעגן דעם מח, אז די נשמה פון מח און אלע חושים זאלן אין זינען האבן דעם בורא עולם.

ט. מען לייגט אפּ (= מען נעמט אראפּ) די תפילין שטיינדיקערהייט, און נישט קעגן א ספר תורה, און נישט קעגן א רבי. און מען וויקלט אפ די רצועה פון פינגער, און מען נעמט אראפּ דעם של ראש מיט דער לינקער האנט, און דער נאך דעם של יד, און דער נאך דעם טלית.

י. אז מען לאזט חלילה אראפּ די בלויזע תפילין אן זייער בייטעלע, אדער אז די שטיקל רצועה וואס ליגט אויף דעם ארט פון דעם קאפ, אדער די שטיקל רצועה וואס פארנעמט דאס ארט וואס מען צי צו דאס של יד, (האט זיך איבערגעקערט) מיט דער ווייסע זייט ארויף, מוז מען פאסטן, אדער אויסלייזן זיך מיט צדקה. און ווען זיינען אראפּגעפאלן ליגנדיק אין בייטעלע דארף מען נאר געבן עפּעס אין צדקה אריין.

יא. עס איז א מנהג צו קישן די תפילין ווען מען לייגט זיי, און ווען מען טוט זיי אויס. און ווען מען לייגט זיי אריין אין זייער בייטל, זאל ער צום ערשטן אריינלייגן דעם של ראש, און דער נאך פון פארנט דעם של יד, אז בעת ווען ער וועט זיי גיין לייגן זאל אים צום ערשטן אנקומען דער של יד. אויך ווען מען לייגט זיי דער נאך אין טלית-זאק אריין, זאל ער לייגן פון פארנט דעם טלית, אז עס זאל אים בעת ווען ער וועט גיין דאווענען, צום ערשטן אנקומען דעם טלית פאר די תפילין.

יב. דער של ראש איז הייליקער פון דעם של יד. איבער דעם טאר מען נישט מאכן פון א רצועה של ראש א רצועה של יד. אויך די רצועה של יד טאר מען נישט איבערדרייען דעם עק וואס ביי דעם קשר, אז עס זאל אויסקומען נענטער צו פינגער.[4]

יג. מען דארף נישט פריער אויסטאן די תפילין ווי ביי "יהי רצון שנשמור חוקיך" פון ובא לציון.[5] און אין דעם טאג וואס מ'ליינט, ווען מען האט שוין צוריק אריינגעשטעלט דאס ספר אין ארון הקודש. און ווען איז אין שול מילה א קינד (= ברית מילה), זאל מען אויסטאן די תפילין נאך דעם קינד יידישן (=קינד-ברית מילה). און אין ראש חודש, טוט מען אויס פאר מוסף. און אין חול המועד סוכות (אין פלעצער וואס מען טוט אן תפילין אין חול המועד), טוט מען אויס פאר הלל. און חול המועד פסח, דער עולם טוט אויס פאר הלל, און דער חזן טוט אויס די תפילין נאך הלל.

יד. עס איז גלייכער (= געהעריקער) צו ווארטן אויף תפילין צו דאווענען אין זיי אפילו ביחידות, איידער מען זאל דאווענען מיט א מנין און נישט לייגן תפילין. נאר ווען ער זעט, אז ער וועט עובר זיין זמן קריאת שמע ותפילה, זאל ער זאגן ק"ש און דאווענען שמונה עשרה אן די תפילין, און ווען ער וועט באקומען תפילין איידער עס ווערט נאכט, זאל ער זיי לייגן און מאכן ברכות און זאגן אין זיי א מזמור. אבער ווען עס איז שוין מנחה צייט, זאל ער אין זיי דאווענען מנחה. אבער ביי נאכט טאר מען נישט לייגן קיין תפילין. און מעג מען נעמען דעם חבר'ס תפילין און דאווענען אפילו דער חבר איז נישט דא, אז ער וועט אים דערלויבן.

טו. אין חול המועד איז א מחלוקת צווישן די פוסקים, צו מען זאל לייגן תפילין. א טייל זיינען זיך נוהג נישט צו לייגן קיין תפילין, און א טייל לייגן תפילין, נאר זיי מאכן די ברכות שטילערהייט. און א טייל זיינען זיך נוהג צו לייגן אן א ברכה. און די וואס לייגן אן א ברכה מעגן מפסיק זיין צו הערן קדיש אדער קדושה צווישן דעם של יד און של ראש. און עס איז גלייך (= געהעריק) אז ווען מען דאווענט בציבור, זאל נישט זיין צוויי ערליי כתות וואס לייגן תפילין און וואס לייגן נישט.

טז. עס איז גלייך (= געהעריק) אלע מאל צו לאזן איבערזען (= בודק זיין) די תפילין אויב זיי זיינען נישט פסול געווארן.[6] און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט א פּאר תפילין וואס ער דאווענט נישט אפט אין זיי, דארף מען זיי [7] אין פארלויף פון זיבן יאר צוויי מאל איבערזען.
אויך אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) די תפילין זיינען געלעגן אויף א פייכט ארט (= נאס ארט), אדער זיי זיינען אין וואסער אריינגעפאלן, אדער דאס בית פון די תפילין איז צעריסן געווארן, מוז מען די פרשיות איבערזען. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז נישט דא ווער עס זאל זיי קענען איבערזען, און זיי צוריקצונייען, מעג מען זיי לייגן אזוי, אן איבערצוזען אן א ברכה.



הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דאס ווארט "שטיינדיקערהייט" שטייט אינעווייניק נאך דעם זאץ "אבער אז ער האט פון דעם טלית-זאק צום ערשטן ארויסגענומען די בלויזע (= נאקעטע, אפגעקעקטע) תפילין אן דעם בייטעלע, טאר מען זיי נישט אוועקלייגן". און דאס איז נישט דער פלאץ, דער פלאץ איז דא פאר דעם זאץ.
  2. די בלויזע תפילין מיינט: די תפילין אן דעם בייטעלע, וואס זיי זיינען נאקעט אן זייער לבוש, וואס איז דאס בייטעלע.
  3. אזויי פסק'ענט דעם מ"א סימן כה סק"א. אבער דער קיצור שולחן ערוך י ב פאסק'ענט אז אפילו ווען די תפילין אין זייער בייטעלע עס איז א איסור פון "אין מעבירין על המצות", און ווען מען האט ארויסגענומען די תפילין אפילו מיט דעם בייטעלע, טאר מען זיי נישט אוועקלייגן.
  4. דאס הייסט: נישט איבערקערן די רצועה אז דעם חלק וואס איז ביי דעם קשר זאל זיין ביי די פינגער, און דער חלק וואס איז ביי די פינגער זאל זיין ביי דעם קשר
  5. דאס הייסט: ווי איז געבראכט אין קיצור שולחן ערוך י יט "אין לחלוץ את התפילין עד אחר קדושת "ובא לציון", כשאומר "יהי רצון... שנשמור חקיך".
  6. אבער נישט קיין חיוב בודק צו זיין ווייל זיי זיינען בחזקת כשרות. קיצור שולחן ערוך י כו
  7. און די בדיקה איז מעיקר הדין ווייל עס איז דא א חשש אז די תפילין פארשימלט געווארן, ווייל מען לייגט זיי נישט אזוי אפט. קיצור שולחן ערוך י כו