קיצור שו"ע עברי טייטש סימן יח

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן יח דינים פון חזרת הש"ץ (די הויכע שמונה עשרה). אנטהאלט צען סעיפים.

א. ווען דער חזן גייט אויס די שטילע שמונה עשרה, זאל ער ווארטן אן ערך פון א צייט וואס מען דארף אפגיין פיר איילן (= אמות), דער נאך זאל ער צוריקגיין אויף זיין ארט, און זאגן אין דער שטיל "ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהילתך". דער נאך זאגט ער בקול רם שמונה עשרה. און דאס גאנצע מנין דארף גוט אויסהערן און ענפערן ברוך וברוך שמו, אמן. און אפילו לערנען תורה איז אויך נישט גלייך (= געהעריק), ווען דער חזן זאגט די הויכע שמונה עשרה.

ב. דער חזן דארף נזהר זיין נישט אנצוהייבן די צווייטע ברכה, ביז דאס רוב צבור האט שוין געענטפערט אמן אויף דער ערשטער ברכה. און ווען נישט איז דער עונש פון דעם אמן ענטפערן איז אויף אים חל. אויך אז עס איז דא פונקט אמנין, דעריבער זאל דער חזון נישט אנהייבן די הויכע שמונה עשרה, ביז דאס מנין איז אויסגעגאנגען שמונה עשרה בכדי זיי זאלן קענען ענטפערן אמן.

ג. מען זאגט נישט די הויכע שמונה עשרה סיידן עס איז לכל הפחות דא זעקס מאן, וואס האבן געדאווענט מיט דעם חזן די שטילע שמונה עשרה. און ווען עס איז נישט דא קיין זעקס מאן וואס האבן מיט געדאווענט, זאל דער חזן זאגן קדושה ביז האל הקדוש באלד ביי דער ערשטער שמונה עשרה (דאס הייסט: שמונה עשרה בלחש), און די רעשט זאל ער דאווענען שטיל, און זאגט שוין נישט נאך אמאל שמונה עשרה.

ד. ווען מען זאגט קדושה דארף מען שטעלן ביידע פיס גלייך. און ביי קדוש און ברוך און ימלוך, דארף מען זיך א ביסל הייבן, און שטעלן זיך כמעט אויף דעם שפיץ פינגער. און עס איז גלייך (= געהעריק)) צו צוהאלטן (= צומאכן) די אויגן.

ה. ווען דער חזן זאגט מודים, זאגט דער עולם מודים דרבנן. און דער וואס האלט אין מיטן שמונה עשרה, און אויך אין מיטן א ברכה, ווען דער חזן זאגט מודים, זאל ער זיך אנבייגן, און נישט זאגן מודים. אבער ווען ער האט אין אנהייב אדער אין סוף ברכה, זאל ער זיך נישט איינבייגן אויך.

ו. פאר שים שלום זאגט דער חזן ברכת כהנים, נאר ביי שחרית און מוסף. און אין תענית אז מען זאגט ביי מנחה אויך שים שלום, זאגט דעמאלסט דער חזן ברכת כהנים. נאר ביי אבל ר"ל אדער אין תשעה באב אין דער פרי, זאגט מען נישט ברכת כהנים.

ז. אין תענית צבור אז עס איז דא צען מענטשן וואס פאסטן, זאגט דער חזן אין דער הויכער שמונה עשרה, ביי שחרית און ביי מנחה עננו פאר רפאנו, און לאזט אויס א ברכה. און ווען ער האט פארגעסן, נאר ער האט זיך דערמאנט פאר דעם שם פון רופא חולי עמו ישראל, זאגט ער עננו, און נאך אמאל רפאינו. אבער ווען ער דערמאנט זיך נאך דעם שם, זאגט ער עננו ביי שומע תפילה, און לאזט שוין אויס די ברכה שומע תפילה, נישט העונה לעמו ישראל. און ווען ער האט אויך דא פארגעסן, זאגט ער עננו נאך המברך את עמו ישראל בשלום, און לאזט נישט אויס די ברכה העונה לעמו ישראל.

ח. אומעטום וואו עס איז דער דין ביי א טעות פון א יחיד אז ער זאל איבערדאווענען, דארף דער חזן ביי דער הויכער שמונה עשרה, ביי א טעות אויך איבערדאווענען. אויסער אז דער חזן האט ביי שחרית פון ראש חודש אדער אין חול המועד פארגעסן צו זאגן יעלה ויבא (און ער האט זיך דערמאנט נאך שמונה עשרה, וואס ער דארף איבערדאווענען די גאנצע שמונה עשרה. קיצור שולחן ערוך כ י), דארף ער צוליב די טרחה פון ציבור נישט איבערדאווענען, און איז יוצא מיט דעם וואס ער דערמאנט קדושה פון דעם טאג ביי מוסף.

ט. א יחיד קאן אנהייבן די שטילע שמונה עשרה גלייך (= באלד) ווען דער חזן הייבט אן די הויכע שמונה עשרה, און מיטזאגן קדושה. און אפילו ער האלט ביי שחרית און דער חזן מוסף, קען ער מיטזאגן ביז קדושה, און זאגן קדושה פון מוסף. נאר אז ער זעט אז אין מיטן שמונה עשרה וועט אויסקומען אז דער חזן וועט זאגן אנדערע זאכן וואס זיינען חיובים צו זאגן[1], און דורך דעם וואס ער וועט האלטן אין מיטן שמונה עשרה, וועט ער נישט קענען ענטפערן, זאל ער ווארטן אביסל פאר שירה חדשה, אז ער זאל קענען ענטפערן פון די זאכן וואס ער מעג ענטפערן.

י. ווען דער חזן לאזט אויס המברך את עמו ישראל בשלום, זאל ער זאגן שטיל פאר קדיש "יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי". און דארף נישט אויסגיין דריי טריט, ווארן (= ווייל) ער גייט ביי קדיש אויס דריי טריט.

הערות שוליים רעדאַקטירן

  1. עיין קיצור שולחן ערוך כ יא וועלכע חיובים האט ער צו ענטפערן.