טייטש יהואש בראשית פרק ה

(אַריבערגעפֿירט פון טייטש יהואש פרשת בראשית ה)

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ה)


א דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון אָדָמען: װען גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָט ער אים אין דער גלײַכעניש פֿון גאָט געמאַכט;
ב אַ זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן, און ער האָט זײ געבענטשט, און האָט גערופֿן זײער נאָמען מענטש אין דעם טאָג װאָס זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.
ג און אָדָם האָט געלעבט הונדערט און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון אין זײַן גלײַכעניש, אַזױ װי זײַן געשטאַלט, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת.
ד און די טעג פֿון אָדָמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֵתן, זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
ה און אַלע טעג װאָס אָדָם האָט געלעבט, זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
ו און שֵת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר, און האָט געבאָרן אֶנוֹשן.
ז און שֵת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אֶנוֹשן, אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
ח און אַלע טעג פֿון שֵתן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
ט און אֶנוֹש האָט געלעבט נײַנציק יאָר, און האָט געבאָרן קֵינָנען.
י און אֶנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן קֵינָנען, אַכט הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יא און אַלע טעג פֿון אֶנושן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿינף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
יב און קֵינָן האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן.
יג און קֵינָן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן, אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יד און אַלע טעג פֿון קֵינָנען זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
טו און מַהלַלאֵל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן יֶרֶדן.
טז און מַהלַלאֵל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן יֶרֶדן, אַכט הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
יז און אַלע טעג פֿון מַהלַלאֵלן זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
יח און יֶרֶד האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן חַנוֹכן.
יט און יֶרֶד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן חַנוֹכן, אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כ און אַלע טעג פֿון יֶרֶדן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
כא און חַנוֹך האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן מתושֶלַחן.
כב און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט גאָט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מתושֶלַחן, דרײַ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כג און אַלע טעג פֿון חַנוֹכן זײַנען געװען דרײַ הונדערט יאָר און פֿינף און זעכציק יאָר.
כד און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט גאָט; און ער איז ניט געװאָרן, װאָרום גאָט האָט אים צוגענומען.
כה און מתושֶלַח האָט געלעבט הונדערט יאָר און זיבן און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן לֶמֶכן.
כו און מתושֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן לֶמֶכן, זיבן הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
כז און אַלע טעג פֿון מתושֶלַחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און נײַן און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
כח און לֶמֶך האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון.
כט און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען נֹח, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער װעט אונדז זײַן אַ נחמה פֿאַר אונדזער אַרבעט, און פֿאַר דער מאַטערניש פֿון אונדזערע הענט, פֿון װעגן דער ערד װאָס גאָט האָט זי פֿאַרשאָלטן.
ל און לֶמֶך האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נֹחן, פֿינף הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
לא און אַלע טעג פֿון לֶמֶכן זײַנען געװען זיבן הונדערט יאָר און זיבן און זיבעציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
לב און אַז נֹח איז געװאָרן פֿינף הונדערט יאָר אַלט, האָט נֹח געבאָרן שֵמען, חָמען, און יֶפֿתן.

ביאורי פסוקים