חומש בית יהודה אסתר ט
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י
|
---|
א. און אז עס איז אנגעקומען דער דריינצענטן טאג פון צוועלפטן מאנאט אדר, אין וועלכן דער קייזערלעכן אוקאז (= באפעל) האט געברויכט אויסגעפירט צו ווערן, אין דעם טאג וואס די יידנ'ס פיינד האבן געהאפט צו געוועלטיקן איבער זיי, און וועלכער איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד[1]. כט. דען די קעניגן אסתר, די טאכטער פון אבחיל און דער ייד מרדכי, האבן אלע זייערע קרעפטן אנגעווענדט, אז די יידן זאלן האלטן דעם יום טוב פון פּורים וועלכן זיי האבן נאך א מאל באשריבן[8]. |
ביאורי פסוקים
הערות שוליים
- ↑ און וועלכער איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד. אין פסוק שייט ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, און דער טייטש פון אשר איז שֶ, אויף ייידש אז, ווי ער שרייב אז די יידן וכו', און דער טייטש דארף זיין און איז פארקערט געווארן, אז די יידן זאלן קענען געוועלטיקן איבער זייערע פיינד. און דאס ווארט וועלעכער איז איבעריק.
- ↑ איינגעהענטיק, זיך אפּרעכענען: אין פסוק שטייט לשלוח יד במבקשי נפשם. די ווערטער לשלוח יד, איז אן אויסדרוק וואס האט א סאך ביידייטונגען, איינער פון זיי וואס באלאנגט צו אונזער פסוק איז, נקמה נעמען. אז די יידן האבן זיך איינגעזאמלט נקמה צו נעמען פון די גויים. און דער בית יהודה טייטש: צוויי טייטשן, א. איינגעהענטיק, מלשון האנט, ב. זיך אפּרעכענען. דער צווייטער טייטש איז א גענוצטער יידיש, און דער ערשטער טייטש אין אן אומגענוצטער יידיש.
- ↑ באאמטער איז לשון יחיד, און אין רבים ס'דא וואס זאגן באאמטערס, און ס'דא וואס זאגן באאמטע.
- ↑ רעזידענץ-שטאט = די שטאט פון דער רעגירונג, וואו וואוינט דעם קעניג, און די אלע חשובע מיניסטארן.
- ↑ און צו שאפן זיך רוען פון זייערע פיינד. אין פסוק שטייט ונוח מאויביהם, און דער טייטש דארף זיין און זיך רוען פון זייערע פיינד, און די ווערטער שאפן זיך, איז איבעריק.
- ↑ שטרייטן איז א ווארט אין דייטש Streiten. = קעמפן, קריגן, מלחמה האלטן.
- ↑ אונטער יעדן פאלק וואו די יידן זענען. דאס איז א טייטש פון די ווערטער משפחה ומשפחה, דער פשוטער פשט איז: אז יעדע משפחה האט זיך געזאמלט און געמאכט פורים, און דער וואס בית יהודה טייטש אז די יידן האבן געמאכט פורים אונטער יעדן פאלק וואו די יידן זענען גייט נישט אריין אין די ווערטער.
- ↑ הערה וואס שטייט אין חומש בית יהודה: דער אבן עזרא שרייבט אז די יידן האבן עטלעכע יאר געהאלטן דעם יו"ט, און האבן אויפגעהערט, האט מרדכי געבעט נאך אמאל שרייבן מיט אסתר'ן, דען זי איז דאך געווען א קעניגן וועט מען פאר איר מורא האבן. נאר די יידן זאלן זיך נישט שרעקן אז מען וועט זיי באשטראפן, האט מרדכי געשיקט (אין דעם אנדערן פסוק) דברי שלום. נאר זיי זאלן וויסן דעם ואמת, אז זיי זענען מחויב צו האלטן פורים.