בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שיר השירים פרק א ב ג ד ה ו ז ח - רות פרק א ב ג ד - איכה פרק א ב ג ד ה - קהלת פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב - אסתר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י    

א. נאך דיזע (= די) זאכן, האט דער קעניג אחשורוש דערהייבט המנ'ן דעם זון פון המדתא, אן אייניקל פון אגג, ער האט אים אזוי גרויס געמאכט, אז ער האט אים געשטעלעט העכער פון אלע קעניגלעכע באאמטע (= באאמטערס[1]).
ב. און אלע קעניגלעכע באדינטע (= באדינערס[2]) וואס האבן זיך געפונען אין קעניגלעכן הויף, האבן זיך געבוקט און געקניט צו המנ'ן, דען אזוי האט דער קעניג באפוילן, אבער מרדכי האט נישט געקניט און זיך נישט געבוקט.
ג. האבן אים די קעניגלעכע באדינטע וואס זיצן אין טויער געפרעגט: פארוואס היטסט דו נישט דעם קעניגלעכן אנזאג.
ד. און זיי האבן געזען אז זיי זאגן אים דאס טאגטעגלעך, און ער הערט זיי נישט, האבן זיי עס דערציילט המנ'ן, דען זיי האבן געוואלט זען צו מרדכי'ס תירוץ וועט אנגענומען ווערן, דען ער האט זיי געזאגט אז ער איז א ייד, טאר ער זיך צו קיינעם נישט בוקן.
ה. ווי המן האט דערזען אז מרדכי בוקט זיך נישט צו אים, איז ער פול געווארן מיט צארן.
ו. נאר ער האט געהאלטן פאר א קלייניקייט אומברענגען מרדכי'ן אליין, דען מען האט דאך אים געזאגט פון וועלכן פאלק ער איז, האט ער באשלאסן צו פארניכטן אלע יידן וואס זענען אין אחשורוש'ס קעניגרייך, מרדכי'ס פאלק.
ז. אין דעם ערשטן מאנאט, דאס הייסט אין ניסן, און דעם צוועלפטן יאר פון אחשורוש'ס קעניגן, האט המן געווארפן גורל, פון טאג צו טאג, און מאנאט צו מאנאט, איז געפאלן אויף דעם צוועלפטן מאנאט דאס איז אדר.
ח. האט המן געזאגט צום קעניג אחשורוש, עס איז פאראן איין פאלק אין דיין קעניגרייך, וואס איז צעשפּרייט אין אלע דיינע לענדער, צווישן אלע פעלקער, און זייער רעליגיאן (= רעליגיע) איז אנדערש פון אלע פעלקער, און דעם קעניגס געזעץ דערפילן זיי נישט, און פאר דעם קעניג לוינט נישט ער זאל זיי אזוי לאזן.
ט. אויב דער קעניג וועט איינשטימען וואלט איך געזאגט אז ער זאל באפעלן זיי צו פארניכטן, און דערפאר וועל איך צען טויזנט צענטער זילבער אפּוועגן צו די וואס פארפארטיקן דאס געלט, און דאס געלט זאל אריין אין קעניגלעכער קאסע.
י. האט דער קעניג אראפּגענומען פון האנט זיין זיגל (= שטעמפּל) רינג, און האט אים דערלאנגט המנ'ן.
יא. און האט אים אזוי געזאגט: דאס געלט שענק איך דיר, און מיט דעם פאלק קענסטו טון (= טאן) וואס דיר געפעלט.
יב. און עס זענען גערופן די קעניגלעכע געהיימע שרייבערס אין דעם דרייצנטן טאג ניסן, און מען האט געשריבן ווי המן האט באפוילן אלע גענעראל גובערנאטארן, און גובערנאטארן וואס געפינען זיך אין יעדער פּראווינץ, און צו די שטאטהאלטערס פון יעדן פאלק, צו יעדן לאנד אין איר שריפט און צו יעדער נאציאן (= נאציע) אין איר שפּראך, אין קעניג'ס נאמען אחשורוש איז עס געשריבן געווארן, און מיט דעם קעניגלעכן זיגל (= שטעמפּל) איז עס געחתמט געווארן.
יג. און דער באפעל זאל געשיקט ווערן דורך די קוריערס, אין אלע לענדער וואס געהערן צום קעניג, אז מען זאל גענצלעך (= אין גאנצן) פארניכטן די יידן יונג און אלט, פרויען און קליינע קינדער, אלעמען אין איין טאג, אין דעם דרייצנטן טאג אדר, און זייער פארמעגן זאל מען צו רויבן.
יד. און קאפּיעס פון דעם אוקאז (= באפעל) זאל פארעפענטלעך ווערן פאר אלע אונטערטהאנען (= בירגערס) פון אלע לענדער, אז זיי זאלן זיי גרייט צו דיזער צייט.
טו. די קוריערס זענען איילנדיק פאנאדערגעלאפן מיטן קעניגלעכן אוקאז (= באפעל), און דער זעלבער באפעל איז שוין אין שושן אויך געבעבן געווארן, און דער קעניג מיט המנ'ען האבן זיך געזעצט טרינקען, אבער די יידן פון שושן זענען צוטומלט געווארן.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. באאמטער איז לשון יחיד, און אין רבים ס'דא וואס זאגן באאמטערס, און ס'דא וואס זאגן באאמטע.
  2. ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינטער, און אין רבים באדינטע. און ס'דא וואס זאגן אין יחיד באדינער, און אין רבים באדינערס.