א. אין דער זעלבער נאכט האט גראדע דער קעניג נישט געקענט שלאפן, האט ער דאפיר (= וועגן דעם) געהייסן ברענגען די כראניק, וואו עס ווערן פארשריבן די מערווירדיגסטע זאכן, און מאן האט זיי פארגעלעזן פאר דעם קעניג.
ב. האט מען געפונען געשריבן די געשיכטע ווי מרדכי האט אנטדעקט אז בגתן און תרש צוויי קעניגלעכע באדינטע(= באדינערס[1]), וואס פלעגן שטיין אויף וואך ביי דער טיר, האבן געוואלט טויטן דעם קעניג.
ג.. האט דער קעניג געפרעגט: מיט וואס פאר אן ערע און ווירדע האט מען דאפיר (= וועגן דעם) מרדכי'ן באלוינט, האבן אים די קאמער דינער געעטפערט: מען האט אים מיט דאס מינדעסטע ניט באלוינט.
ד. האט דער קעניג געפרעגט: ווער איז אין פארצימער[2], און המן איז גראדע אנגעקומען אין דער אויסנווייניקסטע גאלעריע פון פּאלאץ אום צו זאגן דעם קעניג, אז מען זאל מרדכי'ן אויפהענגען אויף דער תּליה וואס ער האט געמאכט.
ה. האבן די קאמער דינער געזאגט: המן ווארט אין פארצימער. האט דער קעניג געזאגט: זאל ער אהערקומען.
ו. איז המן אריינגעקומען, פרעגט אים דער קעניג: וואס זאל מען טאן מיט א מענטשן וועלכן דער קעניג ווי באזונדער ערע אפּגעבן, האט המן א טראכט געגעבן, וועמען אויסער מיר וויל דער קעניג אזעלכע ערע ווייזן.
ז. האט המן געענטפערט דעם קעניג: א מאן וועלכען דער קעניג ווי באזונדער אויסצייכענען.
ח. זאל מען ברענגען דעם קעניגלעכן מאנטל וואס דער קעניג האט געטראגן, און דאס פערד אויף וועלכן דער קעניג האט געריטן אין דעם טאג וואס מען האט דעם קייזער געקריינט.
ט. און מען זאל דאס קלייד און דאס פערד איבערגעבן איינעם פון די גרויסע באאמטע (= באאמטערס[3]), און ער זאל אנקליידן דעם מאן וועלכן דער קעניג וויל ערן, און מען זאל אים ארומפירן אויף די גרעסטע פּלעצער פון שטאט, און מען זאל פאר אים אויסרופן, אזוי טוט מען מיט א מענטשן וועלכן דער קעניג וויל באזונדער אויסצייכענען.
י. האט דער קעניג געזאגט צו המנ'ען: נעם געשווינד דאס קלייד און דאס פערד ווי דו האסט געזאגט, און טו אזוי מיט די יידן מרדכי וועלכער זיצט אין מיין קעניגלעכן הויף, זאלסט נישט וואגן אנדערש צו טאן ווי דו האסט געזאגט.
יא. המן האט גענומען דאס קלייד און דאס פערד, און ער האט מרדכי'ן אנגעקליידט, און ער האט אים ארוימגעפירט אויף דעם פערד אין אלע גרעסטע פּלעצער פון שטאט, און ער האט פאר אים אנגערופן: אזוי טוט מען מיט א מאן וועלכן דער קעניג וויל אויסערארדענטלעכע (= אויסערגעווייטלעך) ערע ווייזן.
יב. מרדכי האט זיך נאך דעם אומגעקערט אין קעניגלעכער טויער, און המן איז איילענדיק אהיימגעלאפן, פארטרויערט פון דער גרויסער שאנד.
יג. און האט באלד דערציילט זיין פרוי זרש און זיינע פריינד וואס מיט אים האט פּאסירט, האבן אים די דערפאַרענע (= געלערענטע, חכמים[4]) פריינד צוזאמען מיט זיין פרוי זרש געזאגט: ווען מרדכי איז ווירקלעך פון יידשן הערקונפט[5] (= יחוס), איז אז דו האסט שוין איינמאל אנגעפאנגען צו פאלן פאר אים, וועסטו אים שוין נישט בייקומען, וועסטו נאך אימער טיפער פאר אים פאלן.
יד. זיי האבן נאך געהאלטן אין מיטן רעדן, און די קעניגלעכע באדינטע זיינען אנגעקומען, און האבן גענומען איילן המנ'ען, ער זאל שנעל קומען צום מאלצייט וואס די קעניגן אסתר צוגעגרייט.
|