א. אז עס איז געקומען דער דריטער טאג האט זיך אסתר קיניגלעך אנגטאגן און האט זיך געשטעלט אין דער אינעווייניגסטער גאלעריע[1] פון קעניגלעכן שלאס, געגנאיבער דעם קעניגס וואוינצימער. און דער קעניג איז גראדע געזעסן אין אוידיענץ זאַל אויף זיין קעניגלעכן טראן, אנטקעגן איינגאנג פון דער גאלעריע.
ב. ווי דער קעניג האט די קעניגן אסתר דערזען שטיין אין פארזאל, האט זי געקראגן חן אין זיינע אויגן, און ער האט איר די גאלדענע רוט דערלאנגט, וועלכע ער האט געהאלטן אין האנט, איז אסתר צוגעגאנגען און האט בארירט דעם שפּיץ רוט.
ג. האט דער קעניג געפרעגט: וואס איז דיר קעניגן אסתר? אין וואס באשטייט דיין פארלאנג? זאגאר[2] (= אפילו) וועט דו וועסט א האלב קעניגרייך פארלאנגען, וועט עס דיר אויפגעגעבן ווערן.
ד. האט אסתר געזאגט: ווען דער קעניג וועט זא[3] (= אזוי) גוט זיין, זאל ער היינט קומען צוזאמען מיט המנ'ען צום מאלצייט וואס איך האב היינט געמאכט פון זיינעטוועגן.
ה. האט דער קעניג געזאגט: זאל מען שנעל הייסן המנ'ען דערפילן אסתר'ס וואונטש, און דער קעניג מיט המנ'ען זיינען געקומען צום מאלצייט וואס אסתר האט געמאכט.
ו. ביי דעם וויין האט דער קעניג ווידער געזאגט צו אסתר'ן: אין וואס באשטייט דיין פארלאנג עס זאל דערפילט ווערן? און אין וואס באשטייט דיין ביטע? ווען די פארלאנגסט א האלב קעניגרייך, זאל מען דיר עס געבן.
ז. האט אסתר געענטפערט: דו ווילסט וויסן מיינע פאדערונגען.
ח. אויב איך האב געפונען גונסט[4] (= חסד = גענאד) ביים קעניג, און ווען דער קעניג איז אזוי גוט נאכצוגעבן מיין וואונטש, און צו דערפילן מיין פארלאנג, זאל דער קעניג מארגן אויך קומען מיט המנ'ען צו דעם מאלצייט וואס איך וועל פאר איייך צוגרייטן, און מארגן איך דערפילן דעם קעניגלכן באפעל צו זאגן אין וואס באשטייט מיין ביטע.
ט. המן איז אין יענעם טאג ארויסגעגאנגען פריילעך און מיט פארגעניגן, נאר ווען המן האט דערזען אין קעניגלעכן טויער מרדכי'ן איז פאר אים נישט אויפגעשטאנען, און זאגאר (= אפילו) זיך נישט א רוק געטאן, איז ער אויף מרדכי'ן פול געווארן מיט וואוט[5] (= צארן = כעס).
י. נאר ער האט זיך איינגעהאלטן ביז ער איז צו הויז געגאנגען, און דאן האט ער געשיקט רופן אלע זיינע פריינד, און אויך זיין פרוי זרש.
יא. און המן האט זיי דערציילט[6] ווי רייך ער איז, און וויפל קינדער ער האט, און ווי דער קעניג האט אים גרויס געמאכט, און ווי ער האט אים דער ערשטן ראנג געגעבן איבער אלע פירשטן, און שטאט'ס באאמטע (= באאמטערס[7]).
יב. דאן האט ער זיי ווידער דערציילט אז זאגאר (= אפליו) די קעניגן אסתר האט קיינעם אויסער אים נישט געלאדן צום מאלצייט וואס זי האט געמאכט, און אויך מארגן האט ער זיי דערציילט, בין איך צו איר געלאדן מיטן קעניג.
יג. אבער דאס אלץ האט ביי מיר קיין ווערט, זא (= אזוי) לאנג ווי איך זע נאך זיצן דעם יידן מרדכי אין קעניגלעכן הויף.
יד. האט זרש צו אים געזאגט: און אלע פריינט האבן איינגעשטימט אז מען זאל מאכן א תּליה פופציק איילן די הויף, און אין דער פרי זאג דעם קעניג אז מען זאל מרדכי'ן אויפהענגען אויף איר, און וועסט דו שוין גיין לוסטיק מיטן קעניג צום מאלצייט. איז די ראט המנ'ען געפעלן געווארן[8], און ער האט געלאזט בויען די תליה.
|